בלאט 1 פון 1

אריסטו איז גאר געווען א יוד?!

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 4:38 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
ליינענדיג פין הרב שענפעלד פון מכון אש החסידות. אין זיין הקדמה צים ספר הכוזרי:

א-אריסטו איז גאר געווען א יוד משבט בנימין,
ב- די גאנצע חכמה זיינע קימט גאר פין חכמת שלמה…
ג-ארסטו בסוף ימיו חזר בו פין זיין גאנצע פליזאפיע אין איינגעזען ערשט האנטיג בחכמת אלוהים ובענין השגחה והשארת הנפש…
ד-אין א בריוו צי אלכסנדר מוקדון שרייבט ער ״במר לבו״… שהצדק עם היהדות אין ער איז חוזר פין אלע זיינע ביכער וכו׳…
(ואגב נמצא שחכמת שלמה היה פלוסופיא ושלבסוף ימיו חזר מזה…)


ווי בין איך דא??

פערזענליך אזוי ווי אסאך אנדערע האבך לעצטנס שטארק הנאה פין הרב שיינפלד אין זיינע מאמרים בעומק תורת החסידות; אבער אזאנס ?
בזיון חכמת התורה וישראל!!

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 5:22 pm
דורך טיכטיגער

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 6:22 pm
דורך כרם זית
נישט אריינגייענדיג אין די אמתקייט פון די זאך. איז אבער די טענה אן אלטע. דאכט זיך אז דער סדר הדורות שרייבט שוין אזוי.
דאס אז אריסטו האט גענומען זיין חכמה פון שלמה. דער כוזרי זאגט שוין אזוי. און עס איז אפילו פארהן אן אינטראסאנטע ראיה דערצו: אין פאמפיי (א רוימישע שטאט וועלכע איז באטראפן געווארן פון א וואלקעינאו), האט מען געטראפן אויסגעמאלן אויף א וואנט א בילד פון די באקאנטע דין תורה צווישן די צוויי פרויען, פארנט פון שלמה המלך. און אין די זייט זעט מען שטיין א רוימישע פילאזאף. דאס איז א שטיקל ראיה אז די פילאזאפן האבן זיך געלערנט ביי שלמה (קרעדיט: אן אלטע ארטיקל אין ''די צייטשריפט'' ז''ל).
און אפילו אויב מוועט אנעמען אז אריסטו האט זיך געלערנט ביי די אידן מיז נישט זיין אז אלע זיינע שיטות קומען פון דארטן.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 6:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
:lol: :lol: :lol:

ס'דערמאנט מיר פון יענער וויץ פון יענער וואס האט געלייט עפעס פאר זיין חבר, ווען ער האט עס צוריקגעבעטן האט ער איהם געענטפערט "ערשטנס כ'האב קיינמאל נישט געבארגט ביי דיר גארנישט, צווייטנס כ'האב עס שוין צוריקגעגעבן, דריטנס כ'האב עס פארלוירן". אמאל האב איך געמיינט אז ס'נאר א וויץ, יעצט זעה איך אז ס'איז ממש א מעשה שהיה. :lol:

דרך אגב האב איך אמאל געזעהן א בריוו פונעם אריז"ל ווי ער שרייבט במר ליבו אז ער זעהט שוין איין אז גאנץ תורת משה איז שקר און ער ציהט צוריק פון אלע זיינע ספרים, וכו' וכו'. ועל כגון דא נאמר "פרעג מיך אפ".

דער עיקר איז אבער אז אונז האמיר אן הודאת בעל דין אז חכמת שלמה איז שטותים און אפילו אריסטו דער גרויסער אידישער חכם האט דאס אויך מודה געווען. נאכמער איז אינטערעסאנט אז לויט דעם קומט אויס א אריסטו איז גאר געווען קלוגער פון שלמה המלך :lol: , הפלא ולעפלע, אויף דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע קאטשקעריי... דארפ'ן מיר נישט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער צו טרעפן אפיקורסת, ס'ליגט ממש אין אונזער בעקיארד, כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך...

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 9:50 pm
דורך ליב צו וויסן
רביה"ק, כ'האב טאקע געלייקט דיין תגובה, אבער גיי ווייס.. אפשר איז עס יא אמת.. זעהס דאך אז משה די ליאון האט געטראפן כתבי רשב"י...

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 9:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פון מיין זייט זאל עס אלץ זיין אמת, פון מיין זייט קען ער אויך זאגן אז שלמה המלך האט קיינמאל עקזיסטירט און משלי שלמה איז גאר איבערגעזעצט פון אריסטו אליינס :lol: , וואס גייט עס מיר דען אן איך דארף יעצט אויפהערן היטן שבת וועגן דעם? ס'מיינט דאך נישט גארנישט למעשה סייווי. די שאלה איז נאר צו דער שוטה כאפט אליינס וואס ער זאגט.

בכלל קומט מיר צו לאכן פון די גאנצע געדאנק זיינער, וואו פונקטליך האט ער געטראפן אריסטו'ס פילאזאפיע אין משלי אדער אין קוהלת? אפשר גאר אין שיר השירים? :lol: :lol: :lol: ס'דערמאנט מיר עפעס א מעשה ווען דער נודע ביהודה האט זיך געטראפן מיט'ן צל"ח :lol: דער קען נישט נישט שלמה המלך'ס חכמה און נישט אריסטו'ס פילאזאפיע, סתם א צומישטע קאפ מוח שטרויזאק.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:56 am
דורך ביבער
למעשה ווען היינט ווייסן מיר שוין אז חוץ געציילטע זאכן איז אריסטו געווען ראנג אין כמעט אלעס איז נאריש צו זאגן אז עס איז חכמת שלמה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 7:26 am
דורך במדבר
די מאמרים פון הרב יעקב ישראל סטל:''מקור חכמת אומות העולם מעם ישראל'' וואס איז געלאפן און פארזעצונגען אין קובץ אור ישראל, איז א קוואל פון אינפארמאציע ארום די נושא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2020 8:31 pm
דורך מי אני

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2022 3:10 pm
דורך מי אני