צאו ממערתכם – ארויס פון מען-קעיוו
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
צאו ממערתכם – ארויס פון מען-קעיוו
סאו, איטס אפישעל. איים אוט. נישט פונעם קלאזעט - פונעם קעיוו. ארויס פון מיין גן עדן התחתון, זיקס פיט אנדער, מיין מען-קעיוו.
והנה החושך יכסה ארץ. בלעק דעטה מעטטערס. עס איז א שולחן מלא קיען, ווי א חכם אחד האט געזאגט: ווען מ'דערלאנגט מיר ווען די גאנצע וועלט אויף א זילבערנעם טאץ, וואלט איך גענומען די טאץ.
אבער ס'האט גענומען א הסגר, צו כאפן צו וואס פאר א ש*ט כ'האב זיך שוין אלס געהאט צוגעוואוינט.
ש*ט גשמי, און ש*ט רוחני.
מזל זעער: ביז צו די פערציג וועסט זיין ארים און אומצופרידן.
- און נאכדעם?
- גארנישט. נאכדעם וועסטו שוין זיין צוגעוואוינט.
נישט צו זיין אזוי שארף, אבער ארויסקומענדיג איז מיר געקומען אין קאפ די בלוטיגע ווערטער, וואס דער גר צדק אוריאל אקוסטה האט געשריבן אייניגע טעג פאר ער איז באגאנגען זעלבסטמארד:
"שמי שבו נקראתי בפורטוגאל בתור נוצרי, היה גבריאל אקוסטה. ובקרב היהודים – הלואי שמעולם לא הייתי מתקרב אליהם – הייתי מכונה בשנוי קטן, אוריאל."
----------
וואס האביך געזען ביים ארויסקומען, פרעגט איר?
כ'האב געזען פאום-קאפס מיט לאנגע בלעכענע בערד, פליפ-פאונס וואס טראגן שיפע טאשן. הערליך-גראפירטע דעת תורהס, און פריש-געביגלטע השמיעיני-קולך בלעטער. וואס איז, די אידישע-ליכט-טייפ איז שוין נישט גוט?
געזען האביך ווי הונדערטער שטופן זיך ווייטער ביי ראבאטישע חתונות. עפעס א רב, א זאק א ליידיגער, אויסגערופן אונטערן חופה מיט'ן תואר 'א מחותן מצד הכלה'...
מה כל הרעש, ווילט איר וויסן?
כ'וועל אייך מגלה זיין דעם סוד. דורכאויס מיין הסגר, האביך מיר דערוואוסט אז מיר קענען 'יא' זיין נארמאל.
האביך דען נישט אריינגעהערט אין מיין בעיסמענט ווי א באיאנ'ער, א קלויזנבורג'ער און אן אונגארישער זינגען אינאיינעם א תפלת טל, אונטער א פרייען הימל?
האביך נישט איבערגעלעבט א סדר-נאכט, אהן א קערידזש געשטיפעכטס?
האבן מיר זיך דען נישט דערוואגט ארויסצושיקען א מוזיק טראק אין א גרינעם דינסטאג?
האבן נישט מיינע אויגן געזען פרומע סאטמארע דיינים אריינטאנצען אין זום, פאר א באבע וואס האלט מיט די חתונה פון דערווייטן?
מיר 'קענען' דאך זיין נארמאל.
----------
זאת אשיב אל לבי על כן אוחיל.
ישראל קאפעלאוו, אין זיינע זכרונות 'אמאל איז געווען', גיבט איבער א געוואלדיגער ווארט פון זיין טאטען.
ער דערציילט, פון ארום די תר"כ יארן, ווי זיין טאטע, א געווייקטער חסידישער איד, פלעגט אויפשטיין שבת ארום איינס אזייגער אינדערפרי.
שוין, וואס דארף איך עס קאליע מאכן, כ'גיב אים איבער דאס ווארט:
"אפלערנענדיק א גוטע פאר שעה משניות, האט ער זיך גענומען פאר'ן תנ"ך. ער האט ניט געלערנט דעם תנ"ך, ניט געזאגט דעם תהלים – ער האט דורך אויסגעקליבענע פסוקים, א נייע תפלה מחבר געווען!
"ער האט זיין גאנצן כח, הארץ און נשמה, זיין עבר און עתיד, דעם גורל פון כלל ישראל און גלות השכינה אין דער תפילה אריינגעוויקלט, און האט מיט אן איבערמענטשלאכער התלהבות, מיט א התלהבות פון התפשטות הגוף, אויסגעגאסן זיך אין איר!
"אנגעהויבן מיט דעם פסוק פון ירמיהו: "כי פנו אלי עורף ולא פנים, ובעת רעתם יאמרו קומה והושיענו." שניידט ער אפ דעם אנהייב – כי פנו אלי, חזר'ט איבער די דריי ווערטער אן א שיעור, זינגט זיך פאנאנדער מיט א חסידות-דבקה-ניגון: איי, אי, אי, כי פנו, כי פנו אלללי, אלי, אלי, אלללי!
"באמקעט אונטער, קנאקט מיט די צוויי פינגער, קומט אריין אין אן עקסטאז און זינגט אויס: אך, רבונו של עולם, זאגסט דאך אליין: כי פנו אלי, כי פנו אלי!! נו, איז עורף ולא פנים, אבער פארט, דאך, כי פנו אלי!
"והא ראי', הארציקער פאטער, אז ובעת רעתם יאמרו קומה והושיענו. קומה, קומה, קומה, והושיענו, קומה והושיענו! די לעצטע ווערטער רעדט ער אויס מיט אזא געבעט, פול מיט צער און יאוש, אזש ער פארגייט זיך פון געוויין..."
אוי איז דאס א ווארט. אויף יעדן טייל דארף מען עטליכע יאר פארברענגען. אבער לענינינו טרעף איך מיר א שטיקל נחמה אין והא ראי' אז ובעת רעתם יאמרו קומה והושיענו. ווען פוש קאמס טו שאוו, ווייסט מען גאנץ גוט הו יור דעדי איז.
אז מוסדי ארץ וואקלן זיך, ווייסן מיר גאנץ אינסטיקטיוו וואס איז וויכטיג, וואס איז א טפל, און וואס איז סתם משוגעת. פון איין רגע אויף די אנדערע קענען מיר זאגן די שבע ברכות אין בעקיארדס, א רוקן-עטרה'לאזער הלל אויפן פארטש איז נישט אפגעפרעגט, און שחרית דאווענט זיך גאנץ גוט אין בעיסמענט, (ביי אונז האט מען געזאגט: אז נישט באריכות, דאן כאטש ביחידות.)
אין די פאקס-האולס, דזשוכען מיר זיך אויס גאנץ שנעל.
----------
אן עצה וואס כ'טרעף ווירקזאם, איז איבערצוטיישן ווערטער און מושגים אויף ענגליש.
אמאל האביך געמיינט אז 'מערה' מיינט א 'מאארע'. ווען כ'בין עלטער געווארן, האביך זיך דערוואוסט אז 'מערה' איז טייטש 'הייל'. היינט ווייס איך שוין אז די טייטש פון 'מערה' איז 'קעיוו'. יא. א מערה איז א קעיוו. א דעמם קעיוו.
דער רמב"ן אין זיין ויכוח שרייבט איבער מדרשי חז"ל: עוד יש לנו ספר שלישי הנקרא מדרש, רוצה לומר שרמ"וניש, כמו שאם יעמוד ההגמון ויעשה שרמון, ואחד מן השומעין היה טוב בעיניו וכתבו.
כרעם ביום בהיר האט עס געקליקט ביי מיר: מדרש איז א Sermon. ווען ס'שטייט אין מדרש, דרש רבי תנחומא, מאי דכתיב וכו', איז 'דרש ר' תנחומא' נישט עפעס א בריסקער חלות. ס'מיינט פלעין ענד סימפל, רבי תנחומא האט זיך אויפגעשטעלט ביים ארון קודש שבת נאכמיטאג פאר זיין קאנגרעגיישאן (- נישט קאנגרעגעישען), און געשריגען מיט פאטאס: רבותי! מאי דכתיב, וואס וויינט ישעיה המלך אין תהלים.
דרש רבי תנחומא, רבי תנחומא האט גע'דרש'נט. גע'דרש'נט – עז אין 'געהאלטן א דרשה'.
שפעטער האבן די מקורבים צוזאמענגענומען זיינע ספיעטשעס, און עס געדרוקט אונטערן נאמען 'מדרש רבי תנחומא'. פנימי שטייטזיך.
פארשטייט איר? ואהבת את ה' אלקיך איז נישט טייטש 'פאני פעיסעס', ס'איז ניטאמאל טייטש 'און דו זאלסט ליב האבן דעם אייבערשטן דיין גאט', דאס איז שוין אויך פארגליווערט געווארן ביי אונז, מרוב שגעון וחיצוניות.
עס איז טייטש פשוט: ענד יו שאל לאוו דע לארד, יור גאד. יא, 'לאוו'. ווערי סימפל.
-------------
עכ"פ, בזאת אתנחם. יא, אלעס איז טאקע צוריק ווי ס'איז געווען, אבער מיר האבן געפראווד אז סוף כל סוף ווייסן מיר וואס די נקודה איז. דערווייל זעמיר טאקע צוריק צום גאנצן חיצוניות, מיט אלע משוגעת'ן ארום, אבער ווען ארמעגעדאן קומט זעמיר גרייט מיט'ן פינטעלע.
דערווייל דארפן מיר אדורך גיין די מאושענס ווי ראבאטן. הציבי לך ציונים, הניחו תפילין, עשו מזוזות, כדי שלא יהא לכם חדשים כשתחזרו.
ווי זאגט הרב מוגרבי, מ'דארף מאכן די תנועות הידועות...

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
צאו ממערתכם – ארויס פון מען-קעיוו
ואולי קען מען מיט דעם פארענטפערן די באקאנטע סמיכות ר׳ תנחום אין שבת כא:. והיינו, מ׳וויל ווייזן די קאנטראסט צווישן א הלכה ווי אזוי מ׳דארף זיך פירן, און צווישן א האמילעטיק סערמאן. ערשט זאגט מען נר חנוכה שהניחה למעלה מכ׳ אמה פסולה כסוכה וכמבוי. דאס הייסט זיך מתבונן זיין אין וואס מ׳וויל פון דיר און פארוואס מען וויל דאס פון דיר. ווייל טאמער לערענט מען דאס פּלעין ראבאטיש, פשוט ״פסולה״ און געגאנגען ווייטער, איז עס אויף די זעלבע מדריגה ווי די האמילעטישע מים אין בו (״אן א שום לחלוחית״) אבל נחשים ועקרבים יש בו.
און רבי שמעון, וואס איז טאקע ארויס פון ״א מערה״, האט אויך מודה געווען (שבת קלט.) אז מ׳וועט נישט טרעפן הלכה ברורה ומשנה ברורה במקום אחד. ולרמז אפשר אז אינעם מערה האט ער דאס יא געזעהן.
דאס אלעס אליין איז א סערמאן/האמילעטיק...

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
טענק יו האשעם פאר אראפ שיקן אזא אור ווי ונבנתה העיר צו באלייכטען די פינצטערע גלות, וואס צדיקים האבען געזאגט אז אויף יעדע ווארט און אות זיינעם קען מען דרשענען תילי תילין דרשות של יופי.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]שבת איידער שבועות נאך קבלת שבת האט א איד זיך אנגערופן אין שול אז מ'דארף טאנצען חסדי ה' כי לא תמנו אז מ'האט דערלעבט דעם קאראנע און "אלעס איז צוריק פונקט ווי פאר דעם". זאגט מיר א איד, איינע פון מיינע רביס, "מ'דארף זיך זעצן אויף דער ערד קלאגן אז נאך א קאראנע קען נאך אלעס זיין די זעלבע ווי פאר דעם".
.[/justify]
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:"אנגעהויבן מיט דעם פסוק פון ירמיהו: "כי פנו אלי עורף ולא פנים, ובעת רעתם יאמרו קומה והושיענו." שניידט ער אפ דעם אנהייב – כי פנו אלי, חזר'ט איבער די דריי ווערטער אן א שיעור, זינגט זיך פאנאנדער מיט א חסידות-דבקה-ניגון: איי, אי, אי, כי פנו, כי פנו אלללי, אלי, אלי, אלללי!
"באמקעט אונטער, קנאקט מיט די צוויי פינגער, קומט אריין אין אן עקסטאז און זינגט אויס: אך, רבונו של עולם, זאגסט דאך אליין: כי פנו אלי, כי פנו אלי!! נו, איז עורף ולא פנים, אבער פארט, דאך, כי פנו אלי!
"והא ראי', הארציקער פאטער, אז ובעת רעתם יאמרו קומה והושיענו. קומה, קומה, קומה, והושיענו, קומה והושיענו! די לעצטע ווערטער רעדט ער אויס מיט אזא געבעט, פול מיט צער און יאוש, אזש ער פארגייט זיך פון געוויין..."
די נקודה אז כי פנו אלי עורף רעדט זיך פון א פני' חיובית, קומט אויס אין לקו"ת די וואך.