בלאט 1 פון 1

ס'האט זיך מיר פארגלוסט צו גיין קיין... סענדוויטש!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:36 am
דורך זר זהב
א דורכבראך!

מענטשן אויף א דיעטע אזוי ווי מיר, דרייען זיך ארום צושאסן. מיר עסן נישט קיין סאך קארבס, נאר דארע פלייש מיט אוואקאדא, סעלמאן
פיש געדינסט אין קאקאנאט אויל.
פון עסן א גוטן סענדוויטש מאן דכר שמיה?
------------------------------------------
איך פלאן נישט צו ברעכן דעם דיעטע. קומטס אבער ארויף אויף מיין וואגן אלע צובראכענע אידעלעך!
מ'גיימיר אריין אינעם פיסק פונעם לייב רבותי!
ווער איז מיט מיר???

מ'גיימיר קיין סענדוויטש!!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:54 am
דורך איך אויך
כ'וועל דיר זאגן וואס, אויב גייסטו פון נ.י קיין סענדוויטש לאז איך דיר עסן א סענדוויטש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 8:59 am
דורך זר זהב
מ'גייט דאך מיט א וואגען!
ביזט "אין"?...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 9:01 am
דורך איך אויך
וואסעפעס א וואגען? ביסט דאך אויף א דייעט ווייל דו ווילסט נישט וואגן!

צו כ'בין אין? איך בין אויף א אנדערע דייעט אבער מחזק זיין א איד בינעך גרייט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 9:02 am
דורך זר זהב
:דאבללייק:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:03 am
דורך [NAMELESS]
וואסי טאקע פשט פון אזא פאני נאמען פאר א שטאט??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:06 am
דורך גאלד
זיך יעצט ציגעגרייט א סענדוויטש מיט צינעמען צי די ארבעט,

האול וויט ברויט - פינאטבאטער, עמעריקען דשיז, טאמעטא,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:19 am
דורך זר זהב
ראשעקאל האט געשריבן:וואסי טאקע פשט פון אזא פאני נאמען פאר א שטאט??

נישט סתם סענדוויטש... ס'אפילו דא "איסט סענדוויטש"...!!!
זעהט אויס אז ווען דער מעריב זייט פונעם סענדוויטש ווערט אויפגעגעסן ציהט מען זיך אריבער קיין מזרח...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 10:52 am
דורך איך אויך
צומאל טראכט איך אז די נעמען האבן די באן ארבעטערס פון פארגאנגענע יארן געמאכט צו דענעווירן די מענטשהייט, כ'ווייס נישט וועגן ענק אבער איך ווער נערוועז ווען דער באן שטעלט זיך אפ אין נורט יהופעץ דערנאך אין סענטרעל יהופעץ און פון דארט קיין סאוט יהופעץ למען ה' כ'וויל מיך שוין זעהן אינדרויסן פון יהופעץ! ענדערש זאלן זיי אלע האבן עקסטרע נעמען, כ'ווייס עס איז פסיכילאגיש אבער דאך באדערט עס מיר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:56 pm
דורך אויס מענטש
האב איך א קשיא???
ווען דער סענדוויטש ווערט אויפגעגעסן ווי וועלן די אלע מענטשען וואוינען??? :?
זר'ל אפשר ציט מען זיך דאן קיין איסט ?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 5:12 pm
דורך זר זהב
דאס איז דאך דער פלאן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:35 pm
דורך גוטזאגער
די מושג פון א סענדוויטש א ערפינדינג וואס איינער האט אויס געטראפען ערנסט גערעדט די מעשה צוגעגאנגען אז.וי אין גרויס בריטאניען איז פארהאן א שטעטיל מיטן נאמען "סענדוויטש"
מיט איר אזוי א נאמען געגעבן לכבוד א א ענגלישע פרינץ וואס פלעגט מיט האלטען ספורט אין ענליכס טאג או נאכט טאקע אין די א.ד. שטעטיל אין ער האט נישט געוואלט פארלירען צייט ווייל ווילאנג ער וועט עסן וועט ער פארלירען קריטישע צייט פון די ספארט האט זיך דער גרגרן אן עצה געגעבן ער האט גענומען א בארכע אריינגעשניטען אינדערמיט אריינעלייגט די סאלאט וכדו' און אזוי מיט יעדע ביס האט ער איביסלע ברויט און אביסעלע סאלאט און מער פון אלע מעלות איז נאך אז עס נעמט שנעל
נו? עס זאגט זיך שוין אנדערש די ברכה פון שלא עשני גוי? 

(קרעדיט הערשל פר"מ )

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:17 am
דורך זר זהב
גענוג געווען מיט'ן סענדוויטש, מ'גיימיר צוריק צום דיעטע פון פראטעין. ווער וויל קומען מיט מיר קיין:

ווייט-פיש?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:25 am
דורך berlbalaguleh
גוטזאגער האט געשריבן:די מושג פון א סענדוויטש א ערפינדינג וואס איינער האט אויס געטראפען ערנסט גערעדט די מעשה צוגעגאנגען אז.וי אין גרויס בריטאניען איז פארהאן א שטעטיל מיטן נאמען "סענדוויטש"
מיט איר אזוי א נאמען געגעבן לכבוד א א ענגלישע פרינץ וואס פלעגט מיט האלטען ספורט אין ענליכס טאג או נאכט טאקע אין די א.ד. שטעטיל אין ער האט נישט געוואלט פארלירען צייט ווייל ווילאנג ער וועט עסן וועט ער פארלירען קריטישע צייט פון די ספארט האט זיך דער גרגרן אן עצה געגעבן ער האט גענומען א בארכע אריינגעשניטען אינדערמיט אריינעלייגט די סאלאט וכדו' און אזוי מיט יעדע ביס האט ער איביסלע ברויט און אביסעלע סאלאט און מער פון אלע מעלות איז נאך אז עס נעמט שנעל
נו? עס זאגט זיך שוין אנדערש די ברכה פון שלא עשני גוי? 

(קרעדיט הערשל פר"מ )

אבער איך וויל חקר'נען אין די ריכטונג פון מקור פונ'ם נאמען סענדוויטש. פון וואו נעמט זיך אזא נאמען פאר א שטעטל.? דאס זעלבע איז אויך איבער דעם נאמען "גרינוויטש". הגם מען זאגט עס "גרעניטש".?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:16 am
דורך זר זהב
אוי מיי גאד!

דארט גייעך עניוועי גיין צי איך וויל צי נישט... :oops: :cry: