בלאט 1 פון 1

זענען אונזערע אודיות, גאר זיבוריות?!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 2:45 pm
דורך מנחם ציון
זיץ איך מיר דעם מאצע על כסא רם ונשא, ארומגענומען כשתילי זיתים מיט טישוס, ווייפס, און עיר פרעשנער והמסתעף, און מ'הער מער קאלמע.
איך קלאפ אריין די נייע שמועס צווישן וועלוול שמעלצער מיט דרעזנער; צווישן א טייך מיט פלוידעריי, כאפט מיין אויער פויקל אויף דאס פאלגענדע.

וועלוול: לאמיך הערן דיינע דריי אינטערוויוס. (בעסטע 3 פון די וואך)

נאך קורצע וויצלערייען הין און צוריק זאגט דרעזנער: יעצט... איין אינטערוויא.. ס'געווען יענקי לעמער, די בארימטע זינגער און עמוד קינצלער, האט געגעבן זייער אן אינטערסאנטע שמועס, פון אן אודית מוצלת מאש, 101 יאר, וואס מ'האט איר סורפרייזט, די אייניקלעך.. זי ארבעט אין א גראסערי אין בארא פארק ווי זי שניידט ברויט, וואס איז געווען זייער אינטערסאנט…

וועלוול האקט איבער: א איד האט היינט מיר געפרעגט פארוואס די אינטערוויא איז אראפ?

דרעזנער: אה איך בין נישט באקאנט…. איך ווייס נאר אז ס'איז ארויף….

די שמועסט זעצט פאר איבער איר ערפארונג ביים קריצן די נומערן אין אוישוויץ, ווען וועלוול קומט צוריק צו דאס אויבערשטע: איך טראכט יעצט וועגן דעם פארוואס ס'איז מסתם אראפ ווייל…. ס'איז געווען א באזוך ביי אן אודית זאגסטו...נישט אן אוד…. רייט?

דרעזנער:אה….. יא….סאיז געווען אין א געשעפט, פארשטייט זיך איך געב נישט קיין הסכמה אויף דעי זאכן….

וועלוול: ניייייין...ס'גייט...מסתם קען זיין פאר דעים…. אפשר ס'האט נישט אזוי.. יא…. נעקסט…. נא…?

דרעזנער: קען זיין... קען זיין ס'האט נישט אזוי געפאסט…. יא….. איך גיי נישט אריין און די פרטים…..

די שמועסט ציט זיך נאך לאנג, אבער נישט פאר מיין איבערגעהיצטע געמיהט….

וואאאאס?! מען רעדט נישט דא פון ארויפברענגן אויפ'ן טעלעפאן אט די העלדישע באבע; וואס האט דורכגעמאכט א קריג פאר אירע קינדער, אייניקלעך, וכו'...און ביז די 101 זיצט זי אין געשעפט ביים ווינקל -אט די אומבאזינגענע העלדין -און שניידט ברויט פאר קונדן, רואיגע און גערעגטע…

מען רעדט סך הכל פון א ווארימהארציגע הפתעה וואס קינדער האבן צוגעגרייט פאר זייער ליבע מאמע, וואס אייניקלעך האבן פלאנירט פאר זייער קרוין..
די ערשיינונג איז ווארעם באריסט געווארן דורך יעדער וואס האט עס געזעהן, ווי א אידענע זינגט נאך די 101 משיח זאל שוין קומען, און מיט טרערן דערציילט זי אירע מיטמאכענישן.

קומט א איד וואס איז דערביי געווען, גיבט איבער א באריכט, אנע דעם וואס מען ברענגט ארויף א פרוי אויפ'ן ליין (וואס דאס פאר זיך איז אפן פאר דעבאטע אויב עס איז ריכטיג) און ביידע שטימען צו, אז עס קען זיין ווייל מען רעדט פון א פרוי, איז דאס גענוג קוואליפיצירט אראפצוגיין פון סיסטעם…..לאן הגענו….

רעדט מען פון איינעם ווי מיר און דיר?

מען רעדט דא פון לעבעדיגע קדושים שמסרו נפשם על קדושת ה', אידענעס וואס האבן געשוויצט און געאפערט זייער לעבנס פאר אונזער וואויל זיין..

אין לך כפיית טובה גדולה הימנו!

דאס ווערימל איז נישט פון היינט, הוא הדין פאר "די אידישע צייט" אויסגאבע, וועלכע באשרייבט "לעצטע עדות" וועכנטליך, קענען זיי טאקע נישט באשרייבן וואס פרויען זענען דורך אין די שואה?!?
לייג נישט קיין בילדער!! אבער א באשרייבונג דאס אויך נישט?!

מען איז פארנומען מיט די סטאטוע פארשוועכונגען וואס גייט פאר אין די איצטיגע טעג, האו אבאוט וואס קומט פאר ביינונז אין בעק יארד? אויף לעבעדיגע!! נישט טויטע שטיינער…..

האלטן מיר טאקע ביי אזא שוידערליכע צייט וואס אונזער "אודיות" מוצלות מאש זענען געווארן "זיבוריות"?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 2:56 pm
דורך כרם זית
מיר האט אויך מוראדיג געבאדערט די מעשה. יישר כח פארן אראפשרייבן מיט אזא זיסע שפראך!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 3:01 pm
דורך קאצקע ציקער
געוואלדיג!! איך וואלט געהאט חשק ארויפצולייגן אזא ארטיקל אויף איי וועלט , לכאורה וואלט עס אראפגעפלויגן אן קיין שום סיבה אבער דאך איך בין זייער נייגעריג וואס זיי וועלן קאמענטען אויף אזא קלארער אומרעכט!!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 3:03 pm
דורך מנחם ציון
קאצקע ציקער האט געשריבן:געוואלדיג!! איך וואלט געהאט חשק ארויפצולייגן אזא ארטיקל אויף איי וועלט , לכאורה וואלט עס אראפגעפלויגן אן קיין שום סיבה אבער דאך איך בין זייער נייגעריג וואס זיי וועלן קאמענטען אויף אזא קלארער אומרעכט!!

איר האט מיין רשות צו פלאגיאירן דעם ארטיקל

געב נאר אכטונג אויף גילוי...

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 10:18 pm
דורך [NAMELESS]
קריעטיוו קעפל

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 10:45 pm
דורך מונטסורי
מנחם ציון האט געשריבן:דאס ווערימל איז נישט פון היינט, הוא הדין פאר "די אידישע צייט" אויסגאבע, וועלכע באשרייבט "לעצטע עדות" וועכנטליך, קענען זיי טאקע נישט באשרייבן וואס פרויען זענען דורך אין די שואה?!?
לייג נישט קיין בילדער!! אבער א באשרייבונג דאס אויך נישט?!

כ'האב געבעטען אמאל פריעדמאן פון "לעצטע עדות" צו אינטערוויואירן מיין באבע'ן ע"ה, אן איבערלעבערין פון אוישוויץ. זי האט געהאט א גאר גוטן זיכרון מיט אסאך צו פארציילען. אגב, איינער האט מיר אמאל געזאגט א גוטע סימן אויף די פארלעסליכקייט פון אן עלטערן פערזאן'ס זכרונות, אויב זיי חזר'ן כסדר איבער די זעלבע מעשיות אנע שינויים אין די קליינע דעטאלן, כ'מיין אז ס'איז א גוטע סימן, און לויט דעם איז מיין באבע געווען גאנץ פארלעסליך. אלענספאלס, הרב פריעדמאן האט מיר געזאגט אז ער איז אומבאקוועם צו אינטערוויאירן פרויען דערווייל. למעשה איז שוין מיין באבע און פילע אנדערע פרויען אוועק זינט דאן וחבל על דאבדין.

ליידער קען איך פארשטיין אזא אינגערמאן וואס קען נישט קוקן א פרעמדע פרוי אין פנים אפגעזען איר יארגאנג און די קאנטעקסט, אונזער חינוך ארבעט נאך אלעם. ס'לאזט זיך אבער ווינדערן אויב "די אידישע צייט" וואלט אריינגעלייגט אינטערוויוס מיט פרויען אויב זיי האבן ווען א פרוי פאר אן אינטערוויואירן און שרייבערין, כ'גלייב נישט אז דאס וואלט בכלל געווען קאנטראווערסיעל אפילו ביי די פרומסטע.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 12:27 am
דורך מנחם ציון
מונטסורי האט געשריבן:

דרעזנער פון ק"מ זאגט אפט אז ער אינטערוויואירט פרויען, צו ווייל די משפחה פארלאנגט אזוי אדער פאר אייגענע פארש ארבעט, פריעדמאן פון לעצטע עדות, אויב האב איך נישט קיין טעות, טוט דאס אויך (ליגט מיר אין קאפ ער זאל דאס האבן געזאגט).
טא וואס איז די פראבלעם אראפ צו ברענגען אן ארטיקל פון מרת פלונית, אין בסך הכל פעלט א פראפיל בילד ביים קעפל פון דער ארטיקל?
עס איז נישט כאילו זיי האבן א פרינציפ נישט צו רעדן מיט פרויען בכלל..
אנשטאט אנאנסירן וועכענטליך "אויב ווייסט איר פון א זקן וואס איז ווערד צו באשרייבן, פארבינדט אייך מיט די מערכת" טוט צו די זאך און באשרייבט פרויען אויך.

איר זיכט טאקע צו דאקומענטירן וואס מער? איך האב אייך אן עצה; יעדע איד וואס איר באשרייבט האט אדער פלעגט האבן א ווייב (האפענטליך)

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 11:14 am
דורך איך אויך
וואס קען מען טוהן? די זאכן הייבן זיך געווענליך אן ביי איין גערע קראנקע זכר אין מוח און יעדער מוז נאכשפרינגן.