בלאט 1 פון 2

נייע כשרות סקאנדאל אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 6:43 pm
דורך היכי דמי
ישיבה ווארלד נייעס באריכטעט אז רבני מאנסי גרייטן זיך ארויסצוקומען מיט א קול קורא קעגן א געוויסע הכשר.

לויט ווי זיי שרייבן האט מען געווארענט די רב ההכשר נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען פארשידענע טענות אויף די הכשר און ער האט עס איגנארירט.

ישיבה ווארלד איז די טאטע פון פעיק ניוז אין די אידישע מידיע, ווייס איך נישט צו מען קען דאס אננעמען אלס קראנט, אבער דאך אינטערסאנט אהערצוברענגן.

לינק צו די באריכט: https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... onsey.html

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 7:29 pm
דורך הדד בן בדד
הרב יחיאל שטיינמעץ געט שוין יארן די השגחה אויף די מאנסי עירוב. די לעצטע פאר יאר האט זיך געמאכט א סכסוך צווישן אים און איינס אדער צוויי רבנים פון ניו העמפסטעד/וועסלי היללס איבער משגיחים און זיי האבן געמאכט אן אייגענעם וועד העירוב. יעצט האבן זיי ארויסגעשיקט א מאסיווע שנאר בריוו פאר גאנץ מאנסי, אונטערן נאמען וועד העירוב, און אזוי ווי מענטשן זענען בכלליות זייער ווארעם פאר'ן עירוב קענען זיי מאכן אסאך געלט פון דעם, דורך דעם וואס מענטשן וועלן מיינען אז דאס איז טאקע דער מאנסי'ער וועד העירוב, אבער די זעלבע צייט וועלן זיי שאדן מאכן פאר די מאנסי'ער ועד העירוב, ווייל מענטשן וועלן נישט געבן צוויי מאל.

האט ר' יחיאל שטיינמעץ מפרסם געווען אז זיי זענען נישט די וועד העירוב, אזוי אויך האט ער זיי אפגעהאלטן פון אריינלייגן זייערע מודעות אין די לאקאלע אויסגאבעס, נאר בתנאי אז עס שטייט וועד העירוב פון ניו העמפסטעד און וועסלי היללס. האבן זיי אים געסטראשעט אז אויב ער גייט זיי נישט לאזן טון וואס זיי ווילן גייען זיי ארויסקומען קעגן זיין הכשר.

דאס איז די גאנצע מעשה.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 8:41 pm
דורך יין שרף
[justify]
הדד בן בדד האט געשריבן:דאס איז די גאנצע מעשה.

אויב איז די מדובר טאקע פון רי"ש איז נישט דאס די גאנצע מעשה.
שוין א שיינע פאר יאר וואס יש מררנין אחריו, און צווישן רבנים און בעלי מכשירים האט מען שוין לאנג געזאגט זיך נישט צו פארלאזן אויפן הכשר מיט פארמאכטע אויגן (מטעם ער פארשטייט נישט בכלל צו machinery וכדו', כגון געווען פראבלאמען מיט פת עכו"ם ווייל די קאוועקשען אויוון לעשט זיך אויס ווען מען עפענט עס, און עס קילט זיך שנעל אפ, ולא ידע כלל מזה, ועוד ועוד). עס האט געהייסן אז זיין זוהן פארשטייט בעסער אין כשרות און ער וועט זיין די משגיח, און עס איז טאקע אפעציעל עטוואס בעסער געווארן.

(לפני זמן שאלתי יד ימינו של רב דשורעוועל ממאנסי על כשרותו ולא קצה לדבר כלום חוץ מלרמז לי...)[/justify]

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 8:52 pm
דורך שמעון וואלף
איז דאס די זעלבע "רבני מאנסי" וועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן רב שמואל ניימאן?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 9:14 pm
דורך יין שרף
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דאס די זעלבע "רבני מאנסי" וועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן רב שמואל ניימאן?

נישט אלע, ווייל רבי יחיאל וועט נישט יעצט חתמענען...

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 9:16 pm
דורך פארוואס?
יין שרף האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דאס די זעלבע "רבני מאנסי" וועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן רב שמואל ניימאן?

נישט אלע, ווייל רבי יחיאל וועט נישט יעצט חתמענען...

אפשר וועט יעצט ר שמואל חתמנען אנשטאט איהם

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 9:24 pm
דורך קורקלענד
וועלכע בעלי מכשירים פארשטייען גוט צו מאשינעריי?

Re: נייע כשרות סקאנדאל אין מאנסי

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 9:41 pm
דורך פאליטיקאנט
קורקלענד האט געשריבן:וועלכע בעלי מכשירים פארשטייען גוט צו מאשינעריי?
רב אשר עקשטיין

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 10:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט מיר געשיקט די צעטלך און בריוון.
עירוב קלארמאכונג (1) 2.pdf
(405.43 KiB) אראפגעלאדנט 263 מאל


און דא קען מען ליינן די סטראשונגן פון די דזשוליקעס
VaadHaEruvOfRocklandEruvLetterToSteinmetz (1).pdf
(532.9 KiB) אראפגעלאדנט 344 מאל


און דא קענסטו ליינן קלאר און שארף

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 10:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היינט האט מען געשיקט א הזמנה לדין פאר'ן ארגאניזאציע מיט אן אימעיל בשעה 4:40 היינט נאכמיטאג.

5:28 האט מען שוין ארויף געלייגט די ארטיקל אויף ישיבה ווארלד און מקיים געווען די סטראשונג.

און שוין היינט האט געהאנגן אט די צעטל אין ביהמ"ד דפארשעי
שטיינמץ.jpg

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 11:31 pm
דורך יין שרף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט מיר געשיקט די צעטלך און בריוון.
הקובץ המצורף עירוב קלארמאכונג (1) 2.pdf לא זמין יותר.


און דא קען מען ליינן די סטראשונגן פון די דזשוליקעס
הקובץ המצורף VaadHaEruvOfRocklandEruvLetterToSteinmetz (1).pdf לא זמין יותר.


און דא קענסטו ליינן קלאר און שארף


דאס איז וואס איז איז פארשפרייט געווארן נעכטן אין מאנסי אויסגאבעס

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 11:40 pm
דורך לבי ובשרי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היינט האט מען געשיקט א הזמנה לדין פאר'ן ארגאניזאציע מיט אן אימעיל בשעה 4:40 היינט נאכמיטאג.

5:28 האט מען שוין ארויף געלייגט די ארטיקל אויף ישיבה ווארלד און מקיים געווען די סטראשונג.

און שוין היינט האט געהאנגן אט די צעטל אין ביהמ"ד דפארשעי
שטיינמץ.jpg


א הזמנה לדין פאר וועמען און פאר וואס?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 11:42 pm
דורך היכי דמי
אויב זיי האלטן אז זיין הכשר איז שוואך דאן פארוואס נאר ארויסקומען מיט די איסור אויב ער שטעלט זיך נישט צו זיי? זיי ווייזן דאך קלאר גע פאלשקייט וואס ליגט אונטער דעם.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 11:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מזמין האט געטענה'ט אז זיי גיין נאך געלט פאר א מאנסי עירוב, און זיי זענען נישט פאראנטווארטליך אויף די מאנסי עירוב, נאר א קליינע עירוב. און אזוי וועלן זיי נישט קענען גיין נאך געלט פאר די עכטע מאנסי עירוב. אזוי האב איך פארשטאנן.
צו די טענה איז ריכטיג באלאנגט אין בי"ד. אבער נוצן די שמוץ סייט 'ישיבה ווארלד' איז א פארברעך בכל אופן. איך ווייס נישט ווער ס'האט עס געשיקט צום ישיבה וורלד, צו ר' חיים לייבוש אליינס צו א צווייטן, אבער לא זו הדרך ולא זו העיר.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 12:42 am
דורך מנחם ציון
ר' יחיאל שטיינמעץ'ס הכשר איז לכאורה די מערסט באניצט אין רוב עסן געשעפטן אין מאנסי.

איך האב שוין לאנג געהערט אז מאנכע האבן טענות אז ער קען נישט האבן קיין ביקורות אויף אלע סטארס פאר לויט ווי גרויס ער איז, דהיינו ער האט נישט גענוג סטעף.

אינטערסאנט, אז ר' שמואל בערגער איז אויף דעם גאטונג אין וויליאמסבורג, רוב געשעפטן ניצן אים, און די זעלבע טענות האט מען אויף אים אויך.

דאס איז נאר בנוגע זיין עסן דעפארטמענט, בנוגע די עירוב בין איך נישט באקאנט, אבער איך ווייס אז אויף די עירוב האט ער שטארקע סופארט פון ממש אלע קהילות.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 1:06 am
דורך יודישע שרייבער
יין שרף האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דאס די זעלבע "רבני מאנסי" וועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן רב שמואל ניימאן?

נישט אלע, ווייל רבי יחיאל וועט נישט יעצט חתמענען...

ער האט נישט גע'חתמ'עט ביי רבי שמואל אויך נישט! (געהערט פון גאר א קראנטע מקור אז כאטש ער איז להשמיד קעגן רבי שמואל וואלט ער קיינמאל גע'חתמ'עט אזא פאשקעוויל נאר וויבאלד ער האלט אז יעדע ווארט אינעם פאשקעוויל איז אמת גייט ער נישט ארויסקומען אז ס'איז פאלטש...)

Re: נייע כשרות סקאנדאל אין מאנסי

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 1:30 am
דורך פאליטיקאנט
דאס איז נישט קיין תירוץ, אויב האט מען געניצט זיין חתימה אן רשות דארף ער ארויסקומען מוחה זיין דערויף - ער קען זאגן אז ער איז מסכים צו יעדע ווארט אבער ער האט נישט גע'חתמ'ט, אז נישט איז ער הונדערט פראצענט מסכים און עס מאכט נישט אויס אויב ער האט לכתחילה גע'חתמ'ט צו נישט.

א מענטש האט אן אחריות אויף זיין חתימה (אםי' לעגאל איז עס אויך אזוי)!

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 11:14 am
דורך מפיל קינד
הייסט אז ר' חיים לייביש גייט מחליט זיין אויב ר' יחיאל'ס השגחה איז פארלעסליך אדער נישט?

דער טויגט אויף אלעם, גיוס, עירוב חינוך, כשרות. וואס נעקסט?...

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 12:28 pm
דורך היכי דמי
יודישע שרייבער האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דאס די זעלבע "רבני מאנסי" וועלכע זענען ארויסגעקומען קעגן רב שמואל ניימאן?

נישט אלע, ווייל רבי יחיאל וועט נישט יעצט חתמענען...

ער האט נישט גע'חתמ'עט ביי רבי שמואל אויך נישט! (געהערט פון גאר א קראנטע מקור אז כאטש ער איז להשמיד קעגן רבי שמואל וואלט ער קיינמאל גע'חתמ'עט אזא פאשקעוויל נאר וויבאלד ער האלט אז יעדע ווארט אינעם פאשקעוויל איז אמת גייט ער נישט ארויסקומען אז ס'איז פאלטש...)


וודאי, קיינער האט נישט געחתמ'עט. מען האט געדרוקט זייער נעמען אויף פאפיר.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 12:33 pm
דורך dan
מפיל קינד האט געשריבן:הייסט אז ר' חיים לייביש גייט מחליט זיין אויב ר' יחיאל'ס השגחה איז פארלעסליך אדער נישט?

דער טויגט אויף אלעם, גיוס, עירוב חינוך, כשרות. וואס נעקסט?...


סאיז ממש עקלדיג, שטעקט אריין זיין נאז איבּעראל, אין יעדע סא קאלד שמאץ. איז ער עפּעס ווערד אז ער רעגט מיך אויף? אדער סתם נאך א קיגל עסער מיט א בּעקיטשע?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 1:58 pm
דורך יודישע שרייבער
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס איז נישט קיין תירוץ, אויב האט מען געניצט זיין חתימה אן רשות דארף ער ארויסקומען מוחה זיין דערויף - ער קען זאגן אז ער איז מסכים צו יעדע ווארט אבער ער האט נישט גע'חתמ'ט, אז נישט איז ער הונדערט פראצענט מסכים און עס מאכט נישט אויס אויב ער האט לכתחילה גע'חתמ'ט צו נישט.

א מענטש האט אן אחריות אויף זיין חתימה (אםי' לעגאל איז עס אויך אזוי)!

מיליאן פראצענט, איך האלט אויך אזוי, אבער וואס זאל איך טון אז ער האט אזוי מחליט געווען?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 2:08 pm
דורך יודישע שרייבער
dan האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:הייסט אז ר' חיים לייביש גייט מחליט זיין אויב ר' יחיאל'ס השגחה איז פארלעסליך אדער נישט?

דער טויגט אויף אלעם, גיוס, עירוב חינוך, כשרות. וואס נעקסט?...


סאיז ממש עקלדיג, שטעקט אריין זיין נאז איבּעראל, אין יעדע סא קאלד שמאץ. איז ער עפּעס ווערד אז ער רעגט מיך אויף? אדער סתם נאך א קיגל עסער מיט א בּעקיטשע?

פאלט דיר נישט ביי אז ער איז נישט דאס און נישט דאס?
סיי ער איז גארנישט ווערדט און אויך איז דער חל"ר (מלשון חאלערע...) א באקאנטע בלוט צאפער שוין יארן לאנג, אריינגעמישט אין יעדע שמוציגע פרשה אין מאנסי, שוין צובראכן צענדליגע יודישע שטובער וכו' וכו' ביודעי ומכירי קאמינא, ווען ער זאל ווען זיין סתם נאך א קיגל עסער מיט א בּעקיטשע וואלט ער באקומען שכר מיט גן עדן פאר דעם... וואס יא? ער איז זייער געלונגען און כאריזמאטיש סאו אסאך ווערן פארקויפט פאר אים ווען מען זעהט ווי שיין ער פראוועט אדער ווען מען באקומט יחס אישי פון אים וכו' (ביז מען כאפט אזא שטויס פון אים...)

אגב, מיר פערזענליך האט ער גארנישט שלעכטס געטון און איך שרייב עס נישט מיט א נגיעה, איך שרייב נאר דברים ידועים לרבים.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 10:11 pm
דורך יין שרף
הזמנה און עיקול