בלאט 1 פון 1

אבינו מלכנו אויף א תענית

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:13 pm
דורך צפור בודד
וואס איז די סיבה אז אין חסידישע שטיבלעך זאגט מען געווענליך נישט אבינו מלכנו אויף א תענית ציבור?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אן אויבערלענדער איד האט מיר פארציילט אז די מנהג ביי זיי איז אז אבינו מלכנו איז נאר פאר עשרת ימי תשובה, עס איז מתוקן פאר דעם. איך האב עס נישט געפארשט

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:28 pm
דורך קאך_לעפל
אין די גמרא שטייט מפירש אז מ'זאגט עס אויך ביי א ת''צ.

Re: אבינו מלכנו אויף א תענית

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:48 pm
דורך צפור בודד
ס'שטייט אין אלע נוסח ספרד סידורים מיט אַ באזונדערער נוסח זכרינו פאר א תענית, אבער למעשה האב איך נאר געהערט זאגן אין נוסח אשכנז שולן.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 11:38 am
דורך מנחם ציון
אין די שוהל ווי איך דאווען האט מען געזאגט אבינו מלכינו דורכאויס די גאנצע קאראנע אפאכע מיט די זכרינו ווערסיע

איך וואלט נישט גענומען קיין ראי' פון מיין שוהל זינט דער רב איז קיין ראוו ניט

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 11:46 am
דורך צפור בודד
וועלכער שול, אדער כאטש סארט שול, ווי די עדה, חסידות, נוסח וכדומה?

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 12:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביי אלגעמיינע אשכנז שולן זאגט מען עס אוודאי יא, אויף יעדער תענית, זאגאר בה"ב אויך. איך האב נאר אזוי געהערט פון אן אויבערלענדער איד, א שטייגער ווי וויען (ב"פ), דעברעצין, נייטרא, 69 אין לאנדאן און פרעשבורג אין ירושלים. אלע אשכנז שולן וואס זענען ליטווישע, פוילישע, רוסישע, יעקישע ועוד, זאגן עס נאך כנ"ל.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 6:00 pm
דורך אגרות צפון
אין אשכנז האט מען געזאגט אבינו מלכנו נאר עשרת ימי תשובה. אין ליטא בימי די נושאי כלים אויף שו"ע, האט מען אנגעהויבן זאגן אויך אין א תענית.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 9:29 pm
דורך פיקח עצום
אין סאטמאר ווייס איך אז מ'זאגט יא.
אגב איז אינטרעסאנט צו פארשטיין אז סדא פלעצער ווי מ'זאגט תחנון פאר סליחות אזויווי יעדן טאג, אין אנדערע פלעצער זאגט מען קודם סליחות און נאכדעם תחנון אזוי ווי בימי הסליחות.
ווער ווייסט אפשר האבן די 2 זאכן א שייכות.