בלאט 1 פון 2

אונזער נייע שפראך

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 2:44 pm
דורך בוטן
דאס אשכול וואלט מעגליך געהערט אינעם פארגענוגען אפטיילונג, אבער דאך רעדט מען דאך פון שפראך.

כ'הייב נאר אן מיט תמצית פונעם טעמע;
מיר - בני ה'מ' נ' ס' ע' - נאכ'ן האלאקאוסט האבן זיך געמאכט מצד מה א נייע סארט שפראך. סיי סלענגס, סיי ווערטער וכדו.

היינט זאגט מיר א בחור, ''וואס איז נון?...'' פרעג איך עהם וואס איז דאס א פרוכט? זאגט ער מיר, אז אין ישיבה אז מ'וויל פרעגן וואס איז נייעס, זאגט מען אין קורצן. וואס איז ניען... זייער קיל!

עפעס א נייע שפראך האבן מיר מצד מה געמאכט. נו ווער ס'האט נאך ווערטער אין אונזער אומאפציעלע יונגע נייע צייטן שפראכעלע, ברענגט אהער...

Re: אונזער נייע שפראך

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 4:40 pm
דורך פאליטיקאנט
קען.......

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 7:32 pm
דורך בוטן
פאליטיקאנט האט געשריבן:קען.......

קען מיינסטו קאנע, קאנטעינער, צו קענען, מעגליך

Re: אונזער נייע שפראך

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 7:39 pm
דורך פאליטיקאנט
ניין, די "היינטיגע" יונגווארג האט עפעס אזא נטיעה צו צוענדיגן מיט א אויסגעצויגענע העברעאישע 'כן' יעדע וואיסנאוט (קעעעעןןן)....

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2020 7:45 pm
דורך בוטן
פיינע פריקן נייעס

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 10:44 pm
דורך berlbalaguleh
בוטן: איך, אן עלטער זיידע, א בעיבי בומער, ווען איך רעד צו א 2020 בחור, זאג איך איהם..."איך זעה אז דו רייסט ארום אין אן עסקעלעיד"...! ווען איך זאלל אזוי רעדן צו איינעם פון מיין דזשענערעישן קוקט ער מיך אן ווי איך בין אראפגעקומען פון די לבנה. אדער פון מארס...!

איבערגעזעצט אויף פלעין יודיש..." איך זעה דיך ארומפארן מיט א ..."קעדילעק"...!

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 10:57 pm
דורך קאצקע ציקער
פאליטיקאנט האט געשריבן:ניין, די "היינטיגע" יונגווארג האט עפעס אזא נטיעה צו צוענדיגן מיט א אויסגעצויגענע העברעאישע 'כן' יעדע וואיסנאוט (קעעעעןןן)....

וואס איז טאקע פשט דערפון ?

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 10:58 pm
דורך קאצקע ציקער
איינער פון די נייערע סלענגס גייט

ווער איז דער אורח...?

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 11:06 pm
דורך בוטן
berlbalaguleh האט געשריבן:בוטן: איך, אן עלטער זיידע, א בעיבי בומער, ווען איך רעד צו א 2020 בחור, זאג איך איהם..."איך זעה אז דו רייסט ארום אין אן עסקעלעיד"...! ווען איך זאלל אזוי רעדן צו איינעם פון מיין דזשענערעישן קוקט ער מיך אן ווי איך בין אראפגעקומען פון די לבנה. אדער פון מארס...!

איבערגעזעצט אויף פלעין יודיש..." איך זעה דיך ארומפארן מיט א ..."קעדילעק"...!

דו דערמאנסט מיך פון א גרינער פון די ספרדישע, וואס האט זיך אויסגעדרוקט; איך האב מיט מיין נייע קאר אראפגעריסן אפאר הויזענעס אין איין צי...

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 12:07 am
דורך berlbalaguleh
בוטן: ווען איך בין געווען אין ישיבה אין יאר 1965 איז דארט געווען א בחור('ל) וועלכער איז געקומען פון ארץ ישראל. און זיין אידיש האט אונטערגעהינקען. האט ער זיך אמאל בארימט ווי שנעלל זיין טאטע קען פארן. און ער האט געזאגט אזוי..."מיין טאטע קאר פליקט די הייוועי 90 מייל א שעה"...5

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 12:12 am
דורך berlbalaguleh
בוטן: נאך איין נקודה: שפראך, בכלל איז א דינאמישע זאך. דאס האלט זיך אין איין טוישן און אנטוויקלען. די שפראך פון היינט סיי אידיש און סיי ענגליש, אדער אנדערע שפראכן זענען נישט די זעלבע וואס מענטשן האבן גערעדט 50 יאר צוריק. און זיכער נישט די זעלבע וואס מ'האט גערעדט פאר 100 און 200 יאר צוריק.

מ'קען הערן רעקארדינגס פון פרענקלין רוזוועלט און כש"כ פון טעדדי רוזוועלט, ווי זיי רעדן אינגאנצן אנדערש ווי די שפראך וואס מ'נוצט היינטיגע צייטן...!

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 11:19 am
דורך בוטן
זייער אנדערש
אבער דא בין איך אויסן צו ארויפברענגן די ''נייע'' היימישע ווערטער... נייע 'באשאפענע' ווערטער.

אבער ס'דא סתם אזוי אויסדרוקן וואס אפשר איז עס אויך אלטע. כ'ווייס נישט, דאס וועסטו באלע פסק'ן.

'ער האט עס' \ אדער\ ער האט עס נישט...
'ער איז נישט מיט אונז'
דער גייט קיין דותן...
צעפראסקעט,
האסט א פראבלעם דערמיט?
לחיים פאפא רעבעצין...

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 1:23 pm
דורך בוטן
היינט זע איך א עד, ''הלכה ולא למעשה'' פאר אינטערעסירטע ביטע רופט...

Re: אונזער נייע שפראך

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 7:54 pm
דורך פאליטיקאנט
דאס איז א אלטע באנוצטע לשון וועלכע איז שוין נישט עפעקטיוו, און אויב די אינסטאנצן נעמען זיך אויף איינעם פארשטייען זיי זייער גוט וואס דאס מיינט (מען האט עס שוין גענוצט אלס באווייז אין געריכט).

בכלל אידיש און לשון קודש ארבעט שוין נישט אריינגערעכנט רמזים.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 7:59 pm
דורך בוטן
ס'איז צו לעכטיג...

ער איז גימל

א שבח יוד

גיי שפאצירן

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 9:57 pm
דורך ישעיה
בוטן האט געשריבן:היינט זע איך א עד, ''הלכה ולא למעשה'' פאר אינטערעסירטע ביטע רופט...

ס'דא וואס שרייבן בלתי לשם לבדו

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
בוטן האט געשריבן:זייער אנדערש
אבער דא בין איך אויסן צו ארויפברענגן די ''נייע'' היימישע ווערטער... נייע 'באשאפענע' ווערטער.

אבער ס'דא סתם אזוי אויסדרוקן וואס אפשר איז עס אויך אלטע. כ'ווייס נישט, דאס וועסטו באלע פסק'ן.

'ער האט עס' \ אדער\ ער האט עס נישט...
'ער איז נישט מיט אונז'
דער גייט קיין דותן...
צעפראסקעט,
האסט א פראבלעם דערמיט?
לחיים פאפא רעבעצין...

בוטן: א טייל פון די אויסדרוקן זענען שוין גאנץ אלט (נאך פון מיינע צייטן). אבער ..."לחיים פאפע רעבעצין"... איז נאך גאנץ ריסענט.

אבער מיר דארפן געדענקען אז די אלע מימרות זענען נתחבר געווארן אין א געוויסן מאמענט. אלס פליטת הפה. אן טראכטן. און א סאך זענען לאקי צו ווערן אויפגעכאפט ביי דעם המון עם...!

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 11:08 pm
דורך גבור חיל
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס איז א אלטע באנוצטע לשון וועלכע איז שוין נישט עפעקטיוו, און אויב די אינסטאנצן נעמען זיך אויף איינעם פארשטייען זיי זייער גוט וואס דאס מיינט (מען האט עס שוין גענוצט אלס באווייז אין געריכט).

בכלל אידיש און לשון קודש ארבעט שוין נישט אריינגערעכנט רמזים.

א שטיקל קרוב מיינע וואס האט געהאט א טשעק קעשינג און איז געווארן געפארשט דורך די אינסטאנצן, האט מיר געזאגט אז זיי האבן געוויסט יעדע רמז וואס נאר שייך, א שטייגער ווי זיי האבן געהאט א פאון קאל ווי איינער האט אים געזאגט הושענה שבעים וחמש הושענה... און זיי האבן גאר גוט געוויסט אז מען רעדט דא פון פינעף און זיבעציג טויזענט דאלער... אפגערעדט פון, גרינס, חלות, און די אלע פשוטערע...

(אגב טערמיר געזאגט אז מען האט אים אויפגעשפילט הונדערטער אינטערגעהערטע טעלעפאון געשפרעכן בפני זיין משפחה, און סאיז געוועזן ערגער פון די גאנצע זאך....)

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 11:27 pm
דורך בוטן
גבור חיל האט געשריבן:

און דו ווייסט וויאזוי זיי האבן געוואוסט? א דאנק די היימישע גוטע ידידים...

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2020 11:30 pm
דורך בוטן
באמת, אסאך אויסדרוקן היינט, זענען פשוט איבערגעזאגט פון ענגליש.
ווי למשל; גיי שפאצירן, קישמעך, כ'געב נישט קיין ניקל פאר דעם צו ערגער....
אבער ס'דאך דא פרישע, ווי למשל; וואסי ניייייעס...

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 12:41 pm
דורך באר מים
בוטן האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס איז א אלטע באנוצטע לשון וועלכע איז שוין נישט עפעקטיוו, און אויב די אינסטאנצן נעמען זיך אויף איינעם פארשטייען זיי זייער גוט וואס דאס מיינט (מען האט עס שוין גענוצט אלס באווייז אין געריכט).

בכלל אידיש און לשון קודש ארבעט שוין נישט אריינגערעכנט רמזים.

א שטיקל קרוב מיינע וואס האט געהאט א טשעק קעשינג און איז געווארן געפארשט דורך די אינסטאנצן, האט מיר געזאגט אז זיי האבן געוויסט יעדע רמז וואס נאר שייך, א שטייגער ווי זיי האבן געהאט א פאון קאל ווי איינער האט אים געזאגט הושענה שבעים וחמש הושענה... און זיי האבן גאר גוט געוויסט אז מען רעדט דא פון פינעף און זיבעציג טויזענט דאלער... אפגערעדט פון, גרינס, חלות, און די אלע פשוטערע...

(אגב טערמיר געזאגט אז מען האט אים אויפגעשפילט הונדערטער אינטערגעהערטע טעלעפאון געשפרעכן בפני זיין משפחה, און סאיז געוועזן ערגער פון די גאנצע זאך....)

און דו ווייסט וויאזוי זיי האבן געוואוסט? א דאנק די היימישע גוטע ידידים...

אמאל האב איך געזעהן איינעם שרייבן אז ער זיכט א שם טוב פאר עבודת השם,
ברוך השם דער עולם איז creative

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 3:44 pm
דורך דוראק
בוטן האט געשריבן:באמת, אסאך אויסדרוקן היינט, זענען פשוט איבערגעזאגט פון ענגליש.
ווי למשל; גיי שפאצירן, קישמעך, כ'געב נישט קיין ניקל פאר דעם צו ערגער....
אבער ס'דאך דא פרישע, ווי למשל; וואסי ניייייעס...

פון וואַנענט נעמסטו אַז גיי שפּאַצירן און קוש מיך זײנען נײע אויסדרוקן? איך קאָן זאָגן אויף זיכער אַז די ביידע זײנען היפּש אַלט.

Re: אונזער נייע שפראך

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 4:56 pm
דורך שמעי'
"קומסט צי מיר עסן אויף שבת"

"וילן" אינו משמש כלום"

"האלא! די טריפסט"

Sent from my SM-G973F using Tapatalk