בלאט 1 פון 1

אז נישט דאן פארוואזשע?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 8:54 pm
דורך ספרא דמרא
אז נישט קיין אהבה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע ארבעט איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין באליבטער און אויך נישט קיין געלט
וואזשע בלאנזשע איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין גוטס און אויך נישט קיין געלט
וואזשע גלאץ איך אריין אין די וועלט
אז נישט קיין דורות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע דארף איך די גאנצע וועלט
אז נישט קיין הערליכקייט און אויך נישט קיין געלט
וואזשע האלט איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין ווייב און אויך נישט קיין געלט
וואזשע וויל איך דערגרייכן אויף דער וועלט
אז נישט קיין זכרון עולם און אויך נישט קיין געלט
וואזשע זיי איך איין אין די וועלט
אז נישט קיין חברים און אויך נישט קיין געלט
וואזשע חלום איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין טויגליכע און אויך נישט קיין געלט
וואזשע טובל איך זיך אין די וועלט
אז נישט קיין יחוד און אויך נישט קיין געלט
וואזשע יאווע איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין כבוד און אויך נישט קיין געלט
וואזשע כְּאֵב איך האב אויף דער וועלט
אז נישט קיין ליבע און אויך נישט קיין געלט
וואזשע לעב איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין מענטשן און אויך נישט קיין געלט
וואזשע מסירת נפש ברויך איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין נחלה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע נוצן האב איך פון די וועלט
אז נישט קיין סניגור און אויך נישט קיין געלט
וואזשע סארקאסטישקייט קומט פאר אויפן וועלט
אז נישט קיין עכטע סיבות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע עס איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין פרנסה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע פלאג איך זיך אויף דער וועלט
אז נישט קיין צוציעניש און אויך נישט קיין געלט
וואזשע צרות זוכן אין דער וועלט
אז נישט קיין קירבה און אויך נישט קיין געלט
וואזשע קלויב איך אויף דער וועלט
אז נישט קיין רחמנות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע רעד איך זיך אפ אויף דער וועלט
אז נישט קיין תמימות און אויך נישט קיין געלט
וואזשע תיקו בלייבן אויף דער וועלט

Re: אז נישט דאן פארוואזשע?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 9:21 pm
דורך קאלטגעבראטן
טויש עס אלץ צו "יא", און ערגסטען פאל וועט עס מקיום ווערן

Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 9:22 pm
דורך mevakesh
אוטש עס רייסט דאס הארץ
פארוואס גיסט זיך אזוי סאך זאלץ
די וואונדן זענען אזוי טיעף
מען שפיערט זיך ווי א שטיעף
ווי מען גייט זעהט מען פיין
נישטא גענוג טרערן צום געוויין
כאילו דער טאג טעגליכע פלאג
איז נישט גענוג צו זיין פאריאגט
צו דעם הויפענט זיך אהן דריקעניש
פון געלט און קינדער מיט ליבעניש
טאטע עס קומט זיך אביסעל נחת
אנשטאט דעם כסדרדיגן קוץ בתחת