בלאט 1 פון 2
בינגא -מאנסי-
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 11:30 am
דורך החוקר
די פארגאנגענע מאנטאג, האט בינגא ענדליך געעפענט אירע טויערן אין עיר התורה מאנסי. דאס איז בינגא'ס דריטע געשעפט, נאך בארא פארק און לעיקוואד.
לעת עתה, קומט פאר א פרייזן מלחמה צווישן בינגא און די אנדערע מאנסיער געשעפטן א שטייגער ווי עווערגרין. הגם אז די יעצטיגע מציאות גייען זיך אויפהערן פריער אדער שפעטער, איז צום האפן אז עס וועט ברענגן לאנג טערמיניגע נידריגע פרייזן פאר תושבי מאנסי.
קומט אריין מיט אייער עקפיריענס פון איינקויפן ביי בינגא. האט איר געשפארט? איז עס ווערט?
Re: בינגא -מאנסי-
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 11:31 am
דורך החוקר
Re: בינגא -מאנסי-
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 11:39 am
דורך החוקר
א פלעשל שמן זית פאר $5.99 (לויט'ן בילד קוקט עס אויס ווי א צוויי ליטער פלעשל).
עווערגרין קומט אנטקעגן מיט א 3 ליטער פלאש פאר $9.99 (געווענדליך $25).
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 9:50 pm
דורך לך לך
3 שאכטלך ביצים פאר א טאלער איז נישט שלעכט! פסח איז עס געווען בערך $4 א דאזען אויב איך געדענק
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 9:51 pm
דורך לך לך
וויפיל בעהטן די אנדערע סטארס היינט פאר א דאזען?
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2020 11:19 am
דורך היכי דמי
בינגאו איז איצט פארמאכט דורך די אינסטאנצן נא'כן פארלעצן קאוויד 19 געזעצן.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2020 3:13 pm
דורך פארווע חסיד
שוין אפען
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 3:00 am
דורך מיינונגזאגער
מיין עקספיריענס אין בינגא איז געווען סעקאנד טא נאן!
עס איז געווען דעלישעס, איך האב זיך אויפגעשריבן אין זייער סיסטעם, אהער מיט א סקענער.. איך נעם צוויי באקסעס אדער גאר דריי, אריין אינעם שאפינג קערידזש. איך פאק אייטעם נאך אייטעם ארום שפאצירענדיג אינעם גרויסען זאל, די שעלווס ווערן אנגעפילט א יעדע פאר סקונדען דורך די געניטע מענעדזשמענט פון ענערגישע אינגעלייט וואס פארשטייען דעם געפיל פונעם קליענט, וואס פולער אלץ גשמאקער וועט דער קליענט אראפ נעמען דעם אייטעם. די ארויסטשעקן מאן דכר שמיה, אפאר סעקונדעס ארויס אן א ליינס, ממש א מחיה... מר. בינגא וכת דיליה כה לחי!!!!
לגבי פרייזן, בין איך נישט קיין גרויסער ממחה איך קוק קיינמאל נישט קיין פרייזן ווען איך קויף איין, אבער מענטשן שווערן זיך אז עס ביליגער.
לגבי פראדאקט, איך מיז זאגן איך בין נישט אזוי צופרידן געווען פון די פיש זייערע, עס איז געווען עטוואס טרוקן. די פרייז דא האט מיר געזאגט דער אשת חיל האט איר געכאפט עס איז געווען שטוינענד ביליג 3.50 א סלייס סעלמאן בערך, ווען אין פיש סטאר קאסט עס נענטער צי 8.00 אבער די טרוקענקייט האט מיר אביסעל נערוועז געמאכט. איך דארף נאך טשעקן צו עס איז פשוט געווען די וואך אדער די קוואליטעט פון די פיש איז טשיפער.
פלייש האב איך נאך נישט פרובירט, נאך די ניין טעג וועלן מיר דאס אויסטשעקן.
א גוטע וואך!!
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 5:31 pm
דורך קרעקער
זיי האבען קלאהר א ביליגערע פיש, וואס איז א אנדערע סארט סעלמאן, 8 טאלער א פונט אנשטאט 14 איבעראל, פאר געבאקענע אדער געגרילטע פיש איז עס די זעלבע, נאר פאר געקאכטע מאכט עס א חילוק
אינטערסאנט אז זיי נעמען נישט קיין פוד סטעמפס, כווייס נישט אויב דעס איז לעגאל
Re: בינגא -מאנסי-
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 5:49 pm
דורך מיינונגזאגער
קרעקער האט געשריבן:זיי האבען קלאהר א ביליגערע פיש, וואס איז א אנדערע סארט סעלמאן, 8 טאלער א פונט אנשטאט 14 איבעראל, פאר געבאקענע אדער געגרילטע פיש איז עס די זעלבע, נאר פאר געקאכטע מאכט עס א חילוק
אינטערסאנט אז זיי נעמען נישט קיין פוד סטעמפס, כווייס נישט אויב דעס איז לעגאל
איך ווייס פון אינעווייניג אז זיי ווארטן צו ווערן אפראווד.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 7:20 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אינטערעסאנט. אבער אינעם בארא פארק'ן לאקאל האב איך שוין געזעהן אסאך מענטשן באצאלן מיט פיי סמך. אינטערסאנט אז איין לאקאציע יא און די צווייטע נישט.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 7:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין מיין עקספיריענס אין לעיקוואד, האבן זיי משוגע'נער סעילס, אבער די אנדערע זאכן זענען בכלל נישט ביליג. דער בילל צום סוף איז לאו דוקא ביליגער. און זיי האבן נישט די אויסוואל אויף אלסדינג וואס אנדערע פלעצער האבן. זיי האבן נאר איין קאמפאני פאר יעדער זאך, אדער צוויי, אבער נישט די גרויסע אויסוואל, און ממילא נישט די אלע סעילס וואס אנדערע סטארס באקומען פון די פירמעס. נאר געוויסע זאכן האבן זיי אן אויסוואל, ווי קענדי און חלווה און אנדערע איזראעילי עניינים וכדו'. זייער פלייש איז גארנישט ביליגער ועוד.
א גרויסע גערודער, אבער למעשה זענען זיי א פלעינער געשעפט ווי יעדער, און אנדערע זענען שענער און האבן מער זאכן צו קויפן. איך גיי גיכער קיין גארמעט גלאט ווי ביי זיי.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 8:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב מ'קען פארגלייכן בינגאו צו קאסטקאו, די זאכן מיט וואס קאסטקאו איז ביליגער ווי אנדערע געשעפטן איז נאר זייער אייגענע ברענד kirkland און נאך אפאר זאכן וואס זיי האבן גוטע דיעלס דערויף צ.ב. קלאוזאוטס אדער זאכן וואס זיי קויפן אין מאסע פאר ביליג, מיט אנדערע זאכן זענען זיי צומאל טייערער ווי אנדערע. האסטו נאך א זאך מיט וואס בינגאו מאכט זיי נאך.
בינגא -מאנסי-
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 8:20 pm
דורך מיינונגזאגער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:אינטערעסאנט. אבער אינעם בארא פארק'ן לאקאל האב איך שוין געזעהן אסאך מענטשן באצאלן מיט פיי סמך. אינטערסאנט אז איין לאקאציע יא און די צווייטע נישט.
א יעדע לאקאציע דארף באקומען א באזינדערע עפראוועל
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: בינגא -מאנסי-
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 10:08 pm
דורך קאלטגעבראטן
דערווייל האב איך נאר געטראפן איין אייטעם פון מיין גאנצע ארדער וואס עווערגרען איז ביליגער, אלעס אנדערש איז היבש ביליגער (מיין ארדער איז אויסגעקומען א געשאצטע 25 פראצענט ביליגער)
Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 10:11 pm
דורך הקטן
,
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 10:11 pm
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'קען פארגלייכן בינגאו צו קאסטקאו, די זאכן מיט וואס קאסטקאו איז ביליגער ווי אנדערע געשעפטן איז נאר זייער אייגענע ברענד kirkland און נאך אפאר זאכן וואס זיי האבן גוטע דיעלס דערויף צ.ב. קלאוזאוטס אדער זאכן וואס זיי קויפן אין מאסע פאר ביליג, מיט אנדערע זאכן זענען זיי צומאל טייערער ווי אנדערע. האסטו נאך א זאך מיט וואס בינגאו מאכט זיי נאך.
טרעף פליז אן אייטעם וואס בינגא איז מער טייערער פין דיין עווריטש סטאר, ווען דער אייטעם איז נישט קיין וויקלי ספעשעל
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 3:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך גיי געווענדליך נישט צו עווערגרין, וואס איז א טייערע סטאר. אין לעיקאווד האבן מיר NPGS וואס איז ביליג, און גאורמעט גלאטט איז אויך נישט צו טייער.
נאר בינגא האט דאך מער עקספענסעס, ווייל זיי דארפן דאך צאלן יונגעלייט צו שרייבן אויף קאוועשטיבעל אויך.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 10:32 pm
דורך ליפא
עווערגרין הייסט זייער ביליג און גוט מיט זייער פלייש דעפארטמענט. און אויך בכלליות האב איך פארשטאנען אז זיי זענען נישט עפעס טייערער פון גארמעט גלאט
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 12:39 am
דורך אישתישבי
קרעקער האט געשריבן:זיי האבען קלאהר א ביליגערע פיש, וואס איז א אנדערע סארט סעלמאן, 8 טאלער א פונט אנשטאט 14 איבעראל, פאר געבאקענע אדער געגרילטע פיש איז עס די זעלבע, נאר פאר געקאכטע מאכט עס א חילוק
אינטערסאנט אז זיי נעמען נישט קיין פוד סטעמפס, כווייס נישט אויב דעס איז לעגאל
עס איז דער זעלבער פיש.
נישט קיין שום ביליגערע קוואַליטעט.
בינגא איז נישט דער איינציגסטער וואס רעכענט ביליגער.
און ב.ד.וו. פונקט פארקערט, געקאכטע פיש, וויבאלט מען לייגט אריין ציבעלע קנאבל און צוקער מאכט נישט אויס אויב דער פיש איז נישט אזוי פריש, טאמער מען באקט אין אויוון קען מען טעיסטען אויב איז עס נישט 100 פראצענט פריש.
Re: בינגא -מאנסי-
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 12:45 am
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'קען פארגלייכן בינגאו צו קאסטקאו, די זאכן מיט וואס קאסטקאו איז ביליגער ווי אנדערע געשעפטן איז נאר זייער אייגענע ברענד kirkland און נאך אפאר זאכן וואס זיי האבן גוטע דיעלס דערויף צ.ב. קלאוזאוטס אדער זאכן וואס זיי קויפן אין מאסע פאר ביליג, מיט אנדערע זאכן זענען זיי צומאל טייערער ווי אנדערע. האסטו נאך א זאך מיט וואס בינגאו מאכט זיי נאך.
איך בין זייער אן אפֿטע שאפּער אין קאסטקא, בדרך כלל איז אלעס ביליגער דארטן, אנגעהויבן פון עלעקטראניקס ביז פרוכט. ס׳מאכט זיך אמאל עפעס זאל זיין טייערער דארט אבער אבער זעלטן. אחוץ א סטאר האט פונקט א סעיל.
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 10:22 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאר בינגא האט דאך מער עקספענסעס, ווייל זיי דארפן דאך צאלן יונגעלייט צו שרייבן אויף קאוועשטיבעל אויך.
שוין. איינער וואגט זיך צו האלטן אנדערש ווי דיר אויף א נושא וואס איז אן אלטע אויסגעדראשענע טענה'ריי.
זאג, איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר מוז זיין אז איינער צאלט איהם דערפאר?
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2020 5:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיינונגזאגער האט געשריבן:מיין עקספיריענס אין בינגא איז געווען סעקאנד טא נאן!
עס איז געווען דעלישעס, איך האב זיך אויפגעשריבן אין זייער סיסטעם, אהער מיט א סקענער.. איך נעם צוויי באקסעס אדער גאר דריי, אריין אינעם שאפינג קערידזש. איך פאק אייטעם נאך אייטעם ארום שפאצירענדיג אינעם גרויסען זאל, די שעלווס ווערן אנגעפילט א יעדע פאר סקונדען דורך די געניטע מענעדזשמענט פון ענערגישע אינגעלייט וואס פארשטייען דעם געפיל פונעם קליענט, וואס פולער אלץ גשמאקער וועט דער קליענט אראפ נעמען דעם אייטעם. די ארויסטשעקן מאן דכר שמיה, אפאר סעקונדעס ארויס אן א ליינס, ממש א מחיה... מר. בינגא וכת דיליה כה לחי!!!!
לגבי פרייזן, בין איך נישט קיין גרויסער ממחה איך קוק קיינמאל נישט קיין פרייזן ווען איך קויף איין, אבער מענטשן שווערן זיך אז עס ביליגער.
לגבי פראדאקט, איך מיז זאגן איך בין נישט אזוי צופרידן געווען פון די פיש זייערע, עס איז געווען עטוואס טרוקן. די פרייז דא האט מיר געזאגט דער אשת חיל האט איר געכאפט עס איז געווען שטוינענד ביליג 3.50 א סלייס סעלמאן בערך, ווען אין פיש סטאר קאסט עס נענטער צי 8.00 אבער די טרוקענקייט האט מיר אביסעל נערוועז געמאכט. איך דארף נאך טשעקן צו עס איז פשוט געווען די וואך אדער די קוואליטעט פון די פיש איז טשיפער.
פלייש האב איך נאך נישט פרובירט, נאך די ניין טעג וועלן מיר דאס אויסטשעקן.
א גוטע וואך!!
ווען איינער שרייבט דאס, און נאך דעם קומט א קליינע תגובה'לע אזוי
מיינונגזאגער האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:זיי האבען קלאהר א ביליגערע פיש, וואס איז א אנדערע סארט סעלמאן, 8 טאלער א פונט אנשטאט 14 איבעראל, פאר געבאקענע אדער געגרילטע פיש איז עס די זעלבע, נאר פאר געקאכטע מאכט עס א חילוק
אינטערסאנט אז זיי נעמען נישט קיין פוד סטעמפס, כווייס נישט אויב דעס איז לעגאל
איך ווייס פון אינעווייניג אז זיי ווארטן צו ווערן אפראווד.
Sent from my iPhone using Tapatalk
דארף מען דען נישט אליינס פארשטיין וואס דא טוט זיך?