בלאט 1 פון 2

ווער בויט מיט טשערידי געלט און ווער יאגט אפ דערמיט?

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 2:05 pm
דורך [NAMELESS]
עס קומט די גרויסע נייעס אז הרה''ג שמואל ניימאן מאכט די גמר הקנין אויף די נייע ביהמ''ד אויף וואס ער האט געמאכט א טשערידי קאמפיין.
Edd-JifX0AAD4L-.jpeg

דאס דערמאנט מיך אז ס'איז דא אסאך טשערידי קאמפיינס וואס ס'קומט אריין מיליאנען און זיי יאגן אפ מיט די געלט, און טוען נישט וואס זיי האבן צוגעזאגט.

איינס וואס קומט אין קאפ איז קאסאן לינדען, וואס האט צאמגעשטעלט א מיליאן דאלאר אידיש געלט צו בויען א שוהל אין די נייע שטעטל, און דערווייל מאכן די ראטטענבערג'ס א חיים טובים מיט די אידיש געלט וואס טויזענטער אידן האבן געגעבן צו שטיצען א נייע ישוב פאר אידן.

ווער נאך האט מקיים געוועהן די פלאן, און ווער נאך האט אפגע'גנבעט די געלט?

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 2:09 pm
דורך ליפא
כאטש אין די 3 וואכן האלט זיך אביסל איין פון לשון הרע

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:כאטש אין די 3 וואכן האלט זיך אביסל איין פון לשון הרע

די רעד נישט לשון הרע אויף מיר אז איך רעד לשון הרע

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 2:23 pm
דורך טיכטיגער
איינס וואס קומט אין קאפ איז קאסאן לינדען, וואס האט צאמגעשטעלט א מיליאן דאלאר אידיש געלט צו בויען א שוהל אין די נייע שטעטל, און דערווייל מאכן די ראטטענבערג'ס א חיים טובים מיט די אידיש געלט וואס טויזענטער אידן האבן געגעבן צו שטיצען א נייע ישוב פאר אידן.

פערצופאל האבן זיי געקויפט א לאט, און דער פלאן איז אז ס'וועט פארקומען א הנחת אבן הפינה סליחות טעג.
לא ראינו אינו ראי'

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 2:38 pm
דורך קלונימוס
צו וואס סתם באשמיצען? די לינדען קאמפיין איז פארגעקומען גאנצע פיר חדשים נאך ניימאן'ס קאמפיין פארוואס איז זייער דעדליין פריער ווי זיינס? אדרבה אז דו האסט עפעס ראיות ניתי ספר וניחזי.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
קלונימוס האט געשריבן:צו וואס סתם באשמיצען? די לינדען קאמפיין איז פארגעקומען גאנצע פיר חדשים נאך ניימאן'ס קאמפיין פארוואס איז זייער דעדליין פריער ווי זיינס? אדרבה אז דו האסט עפעס ראיות ניתי ספר וניחזי.

דיין אינפארמעישן איז נישט ריכטיג. הרב ניימאן איז געווען אפאר חדשים צוריק. לינדען איז געווען איבער א יאר צוריק, תשע''ט פאר די זומער.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:09 pm
דורך היכי דמי
נעכטן איז נאך שמואל ניימאן געווען אויף די ליסטע פון דער וואס יאגט אפ דערמיט, קאסאן גייט זיין אביסיל לענגער. איך זעה נישט ווי דו זעהסט דא אז קאסאן האט אפגעיאגט מיט די געלט. איינער מאכט עס שנעלער און איינער שטייטער.

די אשכול קען זיין א פיינע אשכול, איך גלייב אז עס איז דא כסדר קאמפיינס וואס טוהן אזעלכע זאכן. (וואס קלינגט מיר איצט איז די פערעלס ארגאניזאציע, וואס האבן אויפגעטריבן עטליכע מיליאן ביי די 'כלל ישראל קאמפיין', און זייט דעמעלטס האט מען נישט געהערט פון זיי. אבער אויך שווער צו זאגן, קען זיין זיי לייגן אוועק די געלט פאר קומענדיגע גזירות...)

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
ניימאן איז נישט געוועהן אויף די ליסטע ווייל ער איז תיכף אריין אין קאנטראקט אויף זיין שוהל. יעצט קלאוזט ער.

קאסאן האט אפגעצויגן מיט א מיליאן דאללאר און ניטאמאל געגעבן אפדעיטס. איך האב מנדב געוועהן פאר די קאמפיין און ווען איך האב נאר געפרעגט וואס ס'טוהט זיך האבן זיי קיינמאל נישט געענטפערט. א יאהר זאל דורכגיין אהן קיין שום אפדעיט איז געהעריג גניבה.

איך מיין באיאן האט אויך געמאכט א ריזיגע קאמפיין און זייט דעמאלטס א גראבע שטילשווייגעניש

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:21 pm
דורך מפיל קינד
לינדען'ס קאמפיין איז נישט געווען נאר פארן בית המדרש, נאר אויך פאר די בנין המוסדות וואס איז שוין געקויפט געווארן און גייט ווערן באנוצט שוין דעם חודש אלול.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:23 pm
דורך בן ישי
ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט זעהט אויס ווי קאסאן ארבעט אויף די נייע ביהמ"ד און מוסדות
רעדענדיג וועגן קאסאן, וואס האט ר' חיים לייבוש פון קאסאן פארשעי געטוהן מיט די געלט וואס ער האט געשאפן נאך די שטעכעריי? איינער געדענקט צו ער האט געשריבן וואס ער גייט טוהן דערמיט?
אגב אין דעם אשכול האלט מען אקאנטעבעל דער וואס האט געשאפן געלט מיט א ציהל אז מ'דארף עפעס בויען וכדומה אבער די וואס האבן געשאפן נאר "צו דעקן דעם בודזשעט" אן קיין ספעציעלע סיבה וועלן זיך קענען ארויסדרייען.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:25 pm
דורך [NAMELESS]
קאסאן פארשעי האט געמאכט א קאמפיין און אויפגעטריבן 1.1 מיליאן דאלער 'צו לינדערן די חובות פון רבי'ן'...

גלייך נאכן קאמפיין האט דער רבי שליט"א געקריגן א ברענד ניו בלעק לעיבל נעוויגעיטאר און דעם זמן האט ער געעפנט א ישיבה און אימפאטירט א ראש ישיבה פון ארץ ישראל...

סקעממערס.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:32 pm
דורך מנחם ציון
חתם סופר האט געשריבן:ניימאן איז נישט געוועהן אויף די ליסטע ווייל ער איז תיכף אריין אין קאנטראקט אויף זיין שוהל. יעצט קלאוזט ער.

קאסאן האט אפגעצויגן מיט א מיליאן דאללאר און ניטאמאל געגעבן אפדעיטס. איך האב מנדב געוועהן פאר די קאמפיין און ווען איך האב נאר געפרעגט וואס ס'טוהט זיך האבן זיי קיינמאל נישט געענטפערט. א יאהר זאל דורכגיין אהן קיין שום אפדעיט איז געהעריג גניבה.

איך מיין באיאן האט אויך געמאכט א ריזיגע קאמפיין און זייט דעמאלטס א גראבע שטילשווייגעניש

זאג, דו ערווארטס טאקע א דו"ח פון יעדע קאמפיין ווי דו ווארפטס אריין אפאר גרייצער?

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:33 pm
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:לינדען'ס קאמפיין איז נישט געווען נאר פארן בית המדרש, נאר אויך פאר די בנין המוסדות וואס איז שוין געקויפט געווארן און גייט ווערן באנוצט שוין דעם חודש אלול.

דאס האט גארנישט מיט קאסאן. דאס איז א פריוואטע עסק פון א יונגערמאן דייטש

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 3:34 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:ניימאן איז נישט געוועהן אויף די ליסטע ווייל ער איז תיכף אריין אין קאנטראקט אויף זיין שוהל. יעצט קלאוזט ער.

קאסאן האט אפגעצויגן מיט א מיליאן דאללאר און ניטאמאל געגעבן אפדעיטס. איך האב מנדב געוועהן פאר די קאמפיין און ווען איך האב נאר געפרעגט וואס ס'טוהט זיך האבן זיי קיינמאל נישט געענטפערט. א יאהר זאל דורכגיין אהן קיין שום אפדעיט איז געהעריג גניבה.

איך מיין באיאן האט אויך געמאכט א ריזיגע קאמפיין און זייט דעמאלטס א גראבע שטילשווייגעניש

זאג, דו ערווארטס טאקע א דו"ח פון יעדע קאמפיין ווי דו ווארפטס אריין אפאר גרייצער?

אויב זיי זאגן אז ס'איז צו בויען א שוהל, און ס'איז שטיל? יא, כלל ישראל וויל א אפדעיט. פשוט'ע מענטשליכקייט

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 4:12 pm
דורך הדסים
איך בין נישט באקאנט מיט די ספעציפישע קעיסעס וואס מען רעדט דא, מען דארף אייביג קוקן די נעמען וואס זענען אחראי. אויב טראסט איך זיי פארדעם געב איך, אויב נישט נישט.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 5:38 pm
דורך מנחם ציון
הדסים האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט די ספעציפישע קעיסעס וואס מען רעדט דא, מען דארף אייביג קוקן די נעמען וואס זענען אחראי. אויב טראסט איך זיי פארדעם געב איך, אויב נישט נישט.

מיין קנה מידה, איך וועל געווענליך נישט געבן פאר א קאמפיין וואס איז פארזיכערט מיט זייער גאול נאך איידער די קאמפיין הייבט זיך בכלל אן.
א ביישפיל, די לעצטיגע קאמפיין פאר דייטש פון סקווירא, עס האט איינער געצווייפלט אז זיי וועלן נישט אנקומען צום ציל?
טא וואס לויפט מיר מיין חבר נאך פאר א ראציגע פינעווער?

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 5:47 pm
דורך קאצקע ציקער

אויב אסאך מענטשן גייען האבן דיין חשבון וואלטן זיי נישט אנגעקימען צום גאול

חתם סופר וואס ווילסטו באיאן זאל טון מיט די געלט? זיי דעקן דערמיט די מוסדות א בית מדרש האבן זיי שוין

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 5:52 pm
דורך מנחם ציון
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט די ספעציפישע קעיסעס וואס מען רעדט דא, מען דארף אייביג קוקן די נעמען וואס זענען אחראי. אויב טראסט איך זיי פארדעם געב איך, אויב נישט נישט.

מיין קנה מידה, איך וועל געווענליך נישט געבן פאר א קאמפיין וואס איז פארזיכערט מיט זייער גאול נאך איידער די קאמפיין הייבט זיך בכלל אן.
א ביישפיל, די לעצטיגע קאמפיין פאר דייטש פון סקווירא, עס האט איינער געצווייפלט אז זיי וועלן נישט אנקומען צום ציל?
טא וואס לויפט מיר מיין חבר נאך פאר א ראציגע פינעווער?

אויב אסאך מענטשן גייען האבן דיין חשבון וואלטן זיי נישט אנגעקימען צום גאול

זעסטעך אז נישט צו סאך האבן דעם חשבון....

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 8:40 pm
דורך ליב צו וויסן
מנחם ציון האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:ניימאן איז נישט געוועהן אויף די ליסטע ווייל ער איז תיכף אריין אין קאנטראקט אויף זיין שוהל. יעצט קלאוזט ער.

קאסאן האט אפגעצויגן מיט א מיליאן דאללאר און ניטאמאל געגעבן אפדעיטס. איך האב מנדב געוועהן פאר די קאמפיין און ווען איך האב נאר געפרעגט וואס ס'טוהט זיך האבן זיי קיינמאל נישט געענטפערט. א יאהר זאל דורכגיין אהן קיין שום אפדעיט איז געהעריג גניבה.

איך מיין באיאן האט אויך געמאכט א ריזיגע קאמפיין און זייט דעמאלטס א גראבע שטילשווייגעניש

זאג, דו ערווארטס טאקע א דו"ח פון יעדע קאמפיין ווי דו ווארפטס אריין אפאר גרייצער?

צו מען קען האבן א טענה איז איין זאך.. אבער מן הנימוס וואלטן זיי געדארפט אפדעיטן די וועלכע "זיי זענען נאכגעלאפן פאר די פאר גרייצער"..

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:כאטש אין די 3 וואכן האלט זיך אביסל איין פון לשון הרע

ליפא: אויף די בלאזיא מעג מען יא רעדן לשון הרע...?! אוי האביך א זאפטיג'ס...!

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 10:56 pm
דורך berlbalaguleh
מאך זיכער האט געשריבן:קאסאן פארשעי האט געמאכט א קאמפיין און אויפגעטריבן 1.1 מיליאן דאלער 'צו לינדערן די חובות פון רבי'ן'...

גלייך נאכן קאמפיין האט דער רבי שליט"א געקריגן א ברענד ניו בלעק לעיבל נעוויגעיטאר און דעם זמן האט ער געעפנט א ישיבה און אימפאטירט א ראש ישיבה פון ארץ ישראל...

סקעממערס.

וואספארא חובות האט דער קאסאן פארשעי'ער רבי...?! איך זאג עס מיט'ן גאנצן ערנסטקייט. איך ווילל פשוט וויסן. ווייל איך האב נישט געהערט אז ער זאלל פיהרן עפעס מערכות פון צדקה וחסד. אדער איבער אידישקייט. וואס ציעט אריין אין שווערע געלטער...!

סתם רעדן קעגן סמארטפאונס. און טאנצן בהתלהבות ביי א מצוה טאנץ קאסט נישט עקסטער געלט...!

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 11:13 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:קאסאן פארשעי האט געמאכט א קאמפיין און אויפגעטריבן 1.1 מיליאן דאלער 'צו לינדערן די חובות פון רבי'ן'...

גלייך נאכן קאמפיין האט דער רבי שליט"א געקריגן א ברענד ניו בלעק לעיבל נעוויגעיטאר און דעם זמן האט ער געעפנט א ישיבה און אימפאטירט א ראש ישיבה פון ארץ ישראל...

סקעממערס.

וואספארא חובות האט דער קאסאן פארשעי'ער רבי...?! איך זאג עס מיט'ן גאנצן ערנסטקייט. איך ווילל פשוט וויסן. ווייל איך האב נישט געהערט אז ער זאלל פיהרן עפעס מערכות פון צדקה וחסד. אדער איבער אידישקייט. וואס ציעט אריין אין שווערע געלטער...!

סתם רעדן קעגן סמארטפאונס. און טאנצן בהתלהבות ביי א מצוה טאנץ קאסט נישט עקסטער געלט...!

וואס טוט זיך טאקע מיט דעם שווארצן שוחט ווען גייט זיין די קארט?

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 12:38 am
דורך שמעקעדיג
איך גיי נישט נעמען קיין שטעלונג אין די נושא מחמת סיבות שונות, און איך בין נישט דער גרויסער חסיד פון דעם פארשעי'ער רבי'ן פון מאנסי, ווייט פון דעם... אבער אזויפיל ווייס איך מידיעה ברורה אז ער האט געהאט אסאך חובות, א חלק פון העלפן מענטשן, און דער קאמפיין האט אים שטארק ארויסגעהאלפן.