בלאט 1 פון 2

אינטערעסאנטע עקספירימענטען און שטודיעס - פסיכילאגיע

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 1:26 pm
דורך יעקב מעקסוועל
עקספירימענטן וואס ווערן געמאכט צו שטודירן די נפש פון די מענטש קענען זיין גאר אינטערעסאנט, אמאל זענען די רעזולטאטן ווי ערווארטעט, און אמאל פארקערט. אמאל איז עס זייער קאמפליצירט, אמאל זייער פשוט. איך גלייך זייער צו הערן אזעלכע שטודיעס, וועל איך פראבירן צו שרייבן דא אביסל, און יעדער איז וועלקאם זיך צו משתתף זיין.

פסיכילאגישע עקספירימענטען זענען געווענליך שווערער צו מאכן ווי עקספירימענטן אין אנדערע חלקים פון סייענס, עס פארלאנגט זיך ספעציעלע מצבים וואס קענען נישט אייביג ווערן אהערגעשטעלט, און אסאך מאל קען מען זיך נאר באנוצן מיט שטודירן ריעל לייף. טאקע דערפאר איז אסאך מאל די גרעסטע חידוש וויאזוי די עקספירימענט איז בכלל אויסגעשטעלט.

לאמיר אנהייבן.

----------

די ערשטע עקספירימענט אויף מענטשן וואס איז פארשריבן איז געמאכט געווארן אין מצרים, עס איז געווארן פארשריבן דורך די גריכישע היסטאריקער הערודאוטוס, באקאנט אלס די "טאטע פון היסטאריע". ער שרייבט פון די עקספירימענט, ער האט געהערט די פרטים דערפון ווען ער איז געווען אין מעמפיס מצרים.


פסמתיך די פרעה פון מצרים (אין די 7'טע יאר-הונדרעט פארן ציילונג למספרם), האט געהאט אזא טעאריע: אונז מצריים זענען דאך די עלטסטע פאלק, מוז דאך אונזער שפראך זיין די עלטסטע שפראך. אויב אזוי איז דאס די נאטורליכע שפראך וואס ליגט אין א מענטש ווען ער ווערט געבוירן. ווען א קינד וואקסט אויף מיט אן אנדערע שפראך, לערנט ער זיך אויס די פרעמדע שפראך און ער קען מער נישט קיין מצריש. אבער אויב וואלט א קינד נישט געהערט קיין שום שפראך בכלל, וואלט ער געקענט מצריש, ווייל דאס איז דאך די שפראך פון נאטור אליין...

היינט וואלט מען גארנישט געקענט טון מיט די הייפאטעסיס, אבער די קעניג פון מצרים האט נישט געהאט קיין ליבעראלע באגרעניצונגען. האט ער באפוילן צו נעמען 2 קינדער ממשפחת העבדים גלייך פון געבורט, און מאכן זיכער אז זיי הערן נישט קיין שום לשון. די צוויי בעיביס זענען אפגעשיקט געווארן צו א פארשטופטע געגנט אין מצרים, און אריינגעלייגט געווארן אין א פארמאכטע הייזקעלע אונטער די בעלות פון א פאסטוך. די פאסטוך איז געווארן אנגעזאגט צו געבן עסן פאר די קינדער, פארזארגן אלע זייערע באדערפענישען, אבער ער זאל מאכן זיכער אז זיי הערן נישט קיין איין איינציג ווארט.

אזוי עס איז אנגעגאנגען פאר בערך צוויי יאר. איין טאג ווען די פאסטוך איז געקומען זיי געבן עסן, האבן זיי אים ענטפאנגען מיט א בעבל "בעקאס!". זינט די ווארט האט גארנישט געמיינט פאר אים, האט ער עס איגנארירט. אבער ווען עס האט זיך איבערגעשפילט, האט ער געלאזט וויסן פאר די קעניג די אנטוויקלונג. פסמתיך האט זיי געלאזט רופן, ווילנדיג אליין הערן די בעבלעריי. ווען ער האט געהערט "בעקאס", האט ער זיך אינטערעסירט וואס דאס קען מיינען, איז ער געוואר געווארן אז בעקאס מיינט ברויט אין פריגיש.

אלזא, די רעזולטאט פון די עקספירימענט איז - צו די אנטוישנג פון פסמתיך - די "פריגים" זענען די עלטסטע פאלק אויף די וועלט...


חוץ די היסטארישע ווערט פון די עפיזאד, פארוואס איז מיר די שטודיע ספעציעל אינטערעסאנט? ווייל ווען איך בין געווען א קינד האב איך געהערט די זעלבע זאך אויף לשון קודש, און עס וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז מענטשן וואס זענען אזוי ווייט אין מקום און צייט און קולטור, קענען טראכטן ממש די זעלבע שטותים. אונז ווייסן גארנישט ווי שטארק מענטשן זענען די זעלבע איינער צום צווייטן.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 2:04 pm
דורך ונבנתה העיר
דאס איז פון די אינטערעסאנט'סטע עקספערימענטן שראיתי. אה - און ס'פארענטפערט סאו דעמם מאטש...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MEhSk71gUCQ[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 2:44 pm
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. נועם טשאמסקי האט זיין באקאנטע טעזע אין לינגוויסטיקס, אז עס איז דא א אוניווערסאלע גרעמער וואס איז אינעיטלי מושרש אין יעדעס מענטש: די סאמע לינגוויסטיק יסודות פאר "שפראך" בכלל.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 2:59 pm
דורך הקטן
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:חוץ די היסטארישע ווערט פון די עפיזאד, פארוואס איז מיר די שטודיע ספעציעל אינטערעסאנט? ווייל ווען איך בין געווען א קינד האב איך געהערט די זעלבע זאך אויף לשון קודש, און עס וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז מענטשן וואס זענען אזוי ווייט אין מקום און צייט און קולטור, קענען טראכטן ממש די זעלבע שטותים. אונז ווייסן גארנישט ווי שטארק מענטשן זענען די זעלבע איינער צום צווייטן.

איז דא ערגעץ באשריבן אזא סטאדי און געטרפען "לשון קודש"?

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 3:02 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. נועם טשאמסקי האט זיין באקאנטע טעזע אין לינגוויסטיקס, אז עס איז דא א אוניווערסאלע גרעמער וואס איז אינעיטלי מושרש אין יעדעס מענטש: די סאמע לינגוויסטיק יסודות פאר "שפראך" בכלל.

עיין ערך Relational_frame_theory פאר א צווייטע טעזע

Re: אינטערעסאנטע עקספירימענטען און שטודיעס - פסיכילאגיע

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 3:16 pm
דורך עוקר הרים
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאס איז פון די אינטערעסאנט'סטע עקספערימענטן שראיתי. אה - און ס'פארענטפערט סאו דעמם מאטש...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MEhSk71gUCQ[/youtube]
די ווידיאו זעהט אויס געפלאנט פון פאראויס ......

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 3:43 pm
דורך מפיל קינד
הקטן האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:חוץ די היסטארישע ווערט פון די עפיזאד, פארוואס איז מיר די שטודיע ספעציעל אינטערעסאנט? ווייל ווען איך בין געווען א קינד האב איך געהערט די זעלבע זאך אויף לשון קודש, און עס וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז מענטשן וואס זענען אזוי ווייט אין מקום און צייט און קולטור, קענען טראכטן ממש די זעלבע שטותים. אונז ווייסן גארנישט ווי שטארק מענטשן זענען די זעלבע איינער צום צווייטן.

איז דא ערגעץ באשריבן אזא סטאדי און געטרפען "לשון קודש"?

דער הייליגער רמבם שרייבט אזוי.

אין אנדערע ספרים שטייט א טעם, ווייל די עכטע נאמען פאר יעדע זאך איז אין לשוה"ק.

בניגוד לכל השפות שהן הסכמיות וניתן להוסיף בהן מילים על פי הסכמה אנושית, לשון הקודש היא מהותית. כלומר, במילה עצמה טמונה מהות הדבר הנקרא בשם זה, ולכן על כל מילה להיות מורכבת מאותיות מסויימות דווקא, על פי התוכן האמיתי של כל אות, כאשר צירוף כל הכוחות יחדיו יוצר את אותה מציאות שמילה זו מבטאת. ואכן, אין בשפות אחרות אותה מהות פנימית המסבירה את עומק משמעות המילה, ברמה המשתקפת בלשון הקודש, בה נברא העולם.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 5:52 pm
דורך חתן בחור
כ׳האב שוין געשריבן דאס ערגעץ אנדערש. די איינפאל אז לשה״ק איז די ערשטע און אריגינעלע שפראך איז איין איינרעדעניש. והא לך לשון הרמב״ן אין פרשת ויגש: כי פי המדבר אליכם בלשון הקדש ... כי על דעתי הוא שפת כנען כי אברהם לא הביאו מאור כשדים ומחרן כי ארמית היא והגל הזה עד ואיננו לשון לאיש אחד לבד אבל הוא לשון כנען ורבים במצרים יודעים אותו כי קרוב הוא. אויך און אגרות משה ווערט געברענגט אז לשה״ק איז הייליג נאר ווייל די תורה איז געשריבן געווארן מיט דעם.

אפגערעדט אז פון אן עטימילאגישן פערספעקטיוו איז לשה״ק נישט דאס ערשטע, און ס׳קומט טאקע פון וואס ווערט אנגערופן א פראטא-כנענ׳ייט סקריפט, א לשון וואס קומט פון כנען.

ס׳קען טאקע זיין אז ״לשון הקודש היא מהותית״, אבער ס׳האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דעם. ס׳קען זיין אז אדם הראשון האט מיט זיין שפראך א מהותית׳דיגע נאמען געגעבן פאר אלע זאכן, און דאס איז טראנספארירט געווארן צו די רעזולטאלטענדע לשונות, נישט אז ער האט אנגעהויבן מיט דעם. ווייל די אותיות אליינס קומען אויך פון די פריעדיגע לשונות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 12:38 am
דורך הקטן
קען איינער צי צייכענען די רמב"ם?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:12 am
דורך אישתישבי
וועלכע רמב"ם?

די שמועס מיט לשון קודש פין אלע גדולי הראשונים ווערט שיין צולייגט אין של"ה מער אין אנהייב.

דער זאך לגבי לשון קודש מיט די בעיביס ווערט געברענגט אין יעב"ץ.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:46 am
דורך יעקב מעקסוועל
א גוטע ווידיאו [tag]ונבנתה העיר[/tag]. דאס גייט אריין אין סאושעל סייקאלעזשי, די צווייג פון פסיכילאגיע וואס האט לכאורה פראדוצירט די מערסט אינטערעסאנטע עקספירימענטן. איך וועל דא ברענגען די שטודיע וואס איז לכאורה די ערשטע אין די ענין פון קאנפארמעטי.


סאלאמאן אש, (געבוירן צו אידישע משפחה אין פוילן, זיין משפחה האט אימיגרירט קיין אמעריקע אין 1920 ווען ער איז געווען 13 יאר אלט). ער האט געמאכט אזא עקספירימענט אלס פראפעסאר אין די 50'ער יארן:

מען האט אריינגערופן א סטודענט וואלונטיר צום עקספירימענט (פלוני), דארט איז געווען נאך 5 סטודענטן, פלוני האט געמיינט אז זיי אלע זענען געקומען צום עקספירימענט פונקט ווי אים. די פראפעסאר לייגט פאר א קארטל מיט א ליניע דערויף, דערנאך ווייזט ער נאך א קארטל מיט 3 ליניעס, און ער פרעגט יעדעם וועלכע פון די 3 זענען די זעלבע ווי די ליניע אויף די ערשטע קארטל. די ערשטע מאל זאגט יעדער 2 (די ריכטיגע תשובה), און ווען ער קומט אן צו פלוני זאגט ער אוודאי אויך די ריכטיגע תשובה. נאכדעם טוישט די פראפעסאר די קארטלעך, און יעצט זאגט יעדער 1 (די נישט ריכטיגע תשובה) ווי אפגעמאכט פון פריער.

מען קען זען אויף פלוני, ווי ער ווערט מער און מער אומבאקוועם יעדע מאל ווען איינער זאגט 1 מיט א פעסטקייט. ער דרוקט זיינע אויגן, קוקט די וועג און יענע וועג, ווען עס געקומען פלוני'ס רייע צו געבן זיין ענטפער, זענען 37% פון די פלוני'ס מיטגעגאנגען מיט די ציבור און געגעבן די ענטפער וואס איז נישט ריכטיג.


צוויי נקודות וואס די שטודיע ווייזט (און אסאך שפעטערע שטודיעס). אויב זעט א מענטש די דעת הקהל איז אנדערש ווי זיין אייגענע מיינונג, ווערט ער מסופק אין זיין מיינונג, אפילו ווען די פאקטן ליגן אין פארנט פון זיינע אויגן! און אפילו ווען ער ווערט נישט מסופק, קען ער נאכאלס מחליט זיין צו מיטגיין מיט די עולם צו נישט זיין קיין יוצא מן הכלל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 10:06 am
דורך יעקב מעקסוועל
און יעצט זע איך נאציאנאלע דזשיאגראפיק האט געמאכט א ווידיאו אויך פון די שטודיע. פון די ערשטע ווידיאו (פון ונבנתה) זעט מען אז א מענטש וואס ווייסט נישט וואס עס גייט פאר, וועט טון מאדנע זאכן צו זיין ווי דעם ציבור. פון די צווייטע זעט מען אפילו ווען מען איז קלאר מסביר וואס מען דארף טון, קען מען טוישן די אייגענע מיינונג ווייל דאס טוט יעדער.


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0IJCXXTMrv8[/youtube]


----------

ווען איך האב געשריבן וועגן לשון קודש, האב איך געמיינט אז דאס איז א נארישקייט, איך האב עס סתם דערמאנט. אויב האט עס יא א מקור איז עס אינטערעסאנט צו אויסשמועסן, איך וואלט געווען דאנקבאר אויב מען טוט עס אין אן אנדערע אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 10:14 am
דורך הקטן
אישתישבי האט געשריבן:דער זאך לגבי לשון קודש מיט די בעיביס ווערט געברענגט אין יעב"ץ.

א לינק אדער מ"מ אויב מעגליך

Re: אינטערעסאנטע עקספירימענטען און שטודיעס - פסיכילאגיע

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 6:31 pm
דורך מי אני
מענין לענין באותו ענין אין דעם געביט פון קאָנפאָרמיטי איז דא די באקאנטע מילגרעם עקספערימענט. דער עקספערימענטירער האט געהאט געמאכט א ״גורל״ צווישן אן אקטיאר [קאנפעדערעט מיט אים] מיט דעם סאבדזשעקט וואס מ׳וויל טעסטן (דער סאבדזשעקט האט נישט געוואוסט אז יענער איז אן אקטיאר און א חלק פונעם עקספערימענט) ווער ס׳גייט זיין די מלמד און ווער דער תלמיד. ס׳איז אלס ״אויסגעקומען״ אז דער סאבדזשעקט זאל זיין די מלמד. דערנאך האט מען אראפגעזעצט דעם אקטיאר אין א בענקל צוגעטשעפעט צו א מאשין. און זיי געהייסן גיבן א טעסט פאר די מענטשן. אויב האבן זיי נישט געענטפערט די ריכטיגע תשובה, האט מען געהייסן פאר די מענטשן וועמען מען האט אריינגערופן צו דרוקן א קנעפל וואס גייט (אנגעבליך) גיבן א שאק פאר די מענטש וואס זיצט און האט נישט געענטפערט ריכטיג. ביים נעקסטן מאל האט מען (אנגעבליך) ארויפגעריקט די וואטעדזש מער און מער אא״וו.

רוב פון די סטודענטן וועמען מען האט אדורכגעפירט די עקספערימענט אויף האבן געדרוקט דעם קנעפל נאכאמאל און נאכאמאל ביז׳ן העכסטן גראד, מיט 4 אדער ווינציגער פשוטע באפעהל פונעם עקספערימענטירער אז ״דאס דארפסטו טוהן״ וכדומה. דאס איז געווען אפילו ווען די אקטיארן האבן (זיך געמאכט) געשריגן פאר יסורים, אפילו ווען מען האט ארויפגערוקט די וואטעדזש צו גאר מסוכנ׳דיגע הויכקייטן, אפילו ווען מ׳האט פון פאר דעם געגעבן א שאק פאר׳ן סאבדזשעקט אז ער זאל פיהלן וויאזוי עס ״גייט פיהלן״ פאר׳ן תלמיד, און אפילו ווען דער תלמיד האט געשריגן אז ער האט א הארץ פראבלעם.

דא (ביים נמשל) דערציילט [tag]ביבער[/tag] איבער עס.

ומענין לענין לענין באותו ענין ברענגט מען דא אראפ די סטאנפארד עקספערימענט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די סטאנפארד עקספערימענט איז געווען סטעידשד, מ'האט אפילו פארשיקט און ערזעצט אפאר "וועכטער" וואס האבן זיך אויפגעפירט צו שיין צו די "ארעסטאנטן".

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:24 pm
דורך חתן בחור
מי אני האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין אין דעם געביט פון קאָנפאָרמיטי איז דא די באקאנטע מילגרעם עקספערימענט. דער עקספערימענטירער האט געהאט געמאכט א ״גורל״ צווישן אן אקטיאר [קאנפעדערעט מיט אים] מיט דעם סאבדזשעקט וואס מ׳וויל טעסטן (דער סאבדזשעקט האט נישט געוואוסט אז יענער איז אן אקטיאר און א חלק פונעם עקספערימענט) ווער ס׳גייט זיין די מלמד און ווער דער תלמיד. ס׳איז אלס ״אויסגעקומען״ אז דער סאבדזשעקט זאל זיין די מלמד. דערנאך האט מען אראפגעזעצט דעם אקטיאר אין א בענקל צוגעטשעפעט צו א מאשין. און זיי געהייסן גיבן א טעסט פאר די מענטשן. אויב האבן זיי נישט געענטפערט די ריכטיגע תשובה, האט מען געהייסן פאר די מענטשן וועמען מען האט אריינגערופן צו דרוקן א קנעפל וואס גייט (אנגעבליך) גיבן א שאק פאר די מענטש וואס זיצט און האט נישט געענטפערט ריכטיג. ביים נעקסטן מאל האט מען (אנגעבליך) ארויפגעריקט די וואטעדזש מער און מער אא״וו.

רוב פון די סטודענטן וועמען מען האט אדורכגעפירט די עקספערימענט אויף האבן געדרוקט דעם קנעפל נאכאמאל און נאכאמאל ביז׳ן העכסטן גראד, מיט 4 אדער ווינציגער פשוטע באפעהל פונעם עקספערימענטירער אז ״דאס דארפסטו טוהן״ וכדומה. דאס איז געווען אפילו ווען די אקטיארן האבן (זיך געמאכט) געשריגן פאר יסורים, אפילו ווען מען האט ארויפגערוקט די וואטעדזש צו גאר מסוכנ׳דיגע הויכקייטן, אפילו ווען מ׳האט פון פאר דעם געגעבן א שאק פאר׳ן סאבדזשעקט אז ער זאל פיהלן וויאזוי עס ״גייט פיהלן״ פאר׳ן תלמיד, און אפילו ווען דער תלמיד האט געשריגן אז ער האט א הארץ פראבלעם.

דא (ביים נמשל) דערציילט [tag]ביבער[/tag] איבער עס.

ומענין לענין לענין באותו ענין ברענגט מען דא אראפ די סטאנפארד עקספערימענט.


און 2009 איז ארויסגעקומען א מאווי איבער דעם. ס׳הייסט ״עקספערימענטער״.

פאלגענד איז א טרעילאר פונעם מאווי.
https://www.youtube.com/watch?v=sngGqBOLWaI

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:57 pm
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער זאך לגבי לשון קודש מיט די בעיביס ווערט געברענגט אין יעב"ץ.

א לינק אדער מ"מ אויב מעגליך


איינער שרייבט: ועיין בפירוש "בנין יהושע" על אבות דרבי נתן (לז,ב – מהג"ר יהושע פולק זצ"ל נדפס בש"ס ווילנא) שמביא בשם הרמב"ם "אם לא נדבר בתינוק הנולד שבעה שנים שום דיבור, כאשר יגדל ידבר מאליו לשון הקודש שהתולדה הוא מבטן".

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:06 pm
דורך יעקב מעקסוועל
די עקספירימענט וואס [tag]מי אני[/tag] ברענגט איז אויך גאר וויכטיג פאר אונזער געמיינדע. דארט איז נישט די ענין קאנפארמיטי, עס איז נאר געווען איינער צו טון די מעשה (די טעסט סאבזשעקט), עס איז די ענין פון פאלגזאמקייט. פון דארט זעט מען ווי ווייט מענטשן פאלגן איינער וואס איז אין א פאזיצע פון אוטאריטעט.

פאר די סאבזשעקט האט אויסגעזען ווי ער פייניגט א מענטש. קיינער האט אים נישט געצווינגען צו גיין ווייטער, עס איז נישט געווען קיין שום קאנסעקווענס פאר ווער עס גייט ארויס אינמיטן די עקספירימענט, עס איז נאר געווען א יונגע פראפעסאר וואס האט אים געזאגט, "ביטע גיי ווייטער", "די עקספירימענט פארלאנגט דו זאלסט ממשיך זיין", וכדומה. און מיט בלויז די ווערטער האט ער ממשיך געווען בשעת ער האט געהערט קולות "איך קען נישט אויסהאלטן די ווייטאג!", "לאזטס מיר ארויס פון דא", וכדומה. אפילו ווען די מענטש איז געווארן שטיל, און מען וואלט געקענט מיינען אז ער האט געכאפט א הארץ אטאקע, האט ער ממשיך געווען צו געבן די שאקס.

עס דארף ווערן ארויסגעברענגט אז די אלע מענטשן אין די עקספירימענט זענען געווארן אונטערגעזוכט צו מאכן זיכער אז זיי זענען מענטעלי סטאביל, און דאך האבן 63% געטון די ארבעט עד הסוף. זיי זענען נישט געווען קיין סאדיסטן, אסאך פון זיי האבן געשוויצט, געציטערט די גוף, און זיך געביסן די ליפן, בשעת זיי האבן געפאלגט ווי שעפעלעך.


נאך אן אינטערעסאנטע קרישקעלע איבער דעם. מילגרעם האט אויסגעפרעגט פסיכילאגן, דאקטוירעם, און סתם מענטשן, וואס וואלטן זיי געטון אין אזא מצב. יעדער איינער האט געזאגט איינמאל די מענטש שרייט ער וויל ארויס, וואלטן זיי אויפגעהערט. אויך האט ער אויסגעפרעגט מענטשן ווען מען דארף אויפהערן די עקספירימענט, די רעספאנס איז געווען די זעלבע, ווען די מענטש שרייט ער וויל ארויס. דאס מיינט אז אויב טראכסטו דו "וואלסט" אויפגעהערט די עקספירימענט אינמיטן, אדער אז מען "דארף" אויפהערן די עקספירימענט אינמיטן, איז עס נישט קיין שום ראי' אויף וואס דו וואלסט געטון למעשה. (א פחד...)

----------

[tag]חתן בחור[/tag] איך וועל דארפן זען די מאווי, זעט אויס גוט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז די האלאקאוסט איז געווען די גרעסטע און מערסט עקסטרעמע סאושעל עקספערימענט וואס איז נאר דאקיומענטירט, דארט האט מען געזעהן ווי ווייט group thinking גייט און ווי ווייט מענטשן פריאריטייזן זייין "נארמאל ווי יעדן", פילן ווי א טייל פונעם געזעלשאפט, און פאלגן וואס מ'הייסט און נישט פרעגן קיין קשיות איבער אלעס אין דער וועלט. ס'כאפט ממש א שוידער ווען מ'טראכט אריין דערין, אבער איינמאל מ'כאפט וואס איז דארט פארגעגאנגען זעהט מען עס אויף א קליינעם פארנעם ממש אין טאג-טעגליכן לעבן. ווען מ'האט געפרעגט דעם רשע אייכמאן פארוואס ער האט ארויסגעגעבן באפעלן צו הארגענען מענטשן האט ער געענטפערט אז ער האט פשוט געטון זיין דשאב און נישט געפרעגט קיין קשיות, אין אנדערע ווערטער, ער האט נישט געהאלטן ביים זיך אנטקעגנשטעלן און ווערן אנגעשטעמפלט אלס אן אויבערחכם. און בכלל ווער בין איך זיך קעגנצושטעלן דעם מיינונג פונעם הייליגן פיהרער? ער פארשטייט דאך דאס בעסטע, איך מיט מיין קליינעם שכל קען דאך קוים משיג זיין אפס קצהו פון זיין גרויסקייט! די מין וועג פון טראכטן הערט זיך ליידער צו קענטליך... ועיין עוד כאן

ס'איז באוואוסט וואס דער רמב"ן שרייבט אז די תכלית פון די נסים פון יציאת מצרים איז געווען אז פון די גרויסע נסים זאל מען איינזעהן אז זאכן וואס מ'איז צוגעוואוינט צו זעהן יעדן טאג זענען אויך נסים וואס דער אויבערשטער מאכט, יעצט פירט אליינס אויס ווייל איך הער שוין די שטיינער פליען...

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:36 pm
דורך מי אני
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:די עקספירימענט וואס [tag]מי אני[/tag] ברענגט איז אויך גאר וויכטיג פאר אונזער געמיינדע. דארט איז נישט די ענין קאנפארמיטי, עס איז נאר געווען איינער צו טון די מעשה (די טעסט סאבזשעקט), עס איז די ענין פון פאלגזאמקייט. פון דארט זעט מען ווי ווייט מענטשן פאלגן איינער וואס איז אין א פאזיצע פון אוטאריטעט.

איה״נ. וועגן דעם האב איך טאקע געשריבן אז ס׳איז ״מענין לענין״. אזויפיל יא איז עס דאך ״באותו ענין״ ווייל עס ווערט אריינגערעכענט, ווי נישט, אינעם פעלד פון קאָנפאָרמיטי - טאקע נישט ממש צו חברותא נאר צו אָטאָריטעט. וויקיפידיע ברענגט אראפ אז מילגרעם אליין האט געהאט א טעאריע פון קאָנפאָרמיטי אלס די סיבה דערצו.

זאת ועוד, ווען מ׳האט נאכגעמאכט די עקספערימענט וואו די סאבדזשעקט האט געזעהן אנדערע (סאבדזשעקטס צו קאנפעדערעטס) נישט פאלגן איז זייער פאלגזאמקייט אויך דראסטיש געפאלן, משא״כ ווען זיי האבן צוגעזעהן אנדערע פאלגן; אויך בסוגיית קאָנפאָרמיטי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:56 pm
דורך הקטן
די עקספירימענט וואס @מי אני ברענגט איז אויך גאר וויכטיג ווען מען וויל פארשטיין פארוואס אזויפיל מענטעשען זענען איבערצייגט און מען-מעד גלאבעל-ווארמינג
אויך האט דאס א שטארקע עפעקט ווען עס קימט צי שטיצע בלעק-לייף-מעטערס - אויב אידער זאגט אז די פאליס זענען ראסיטען זיי דו נישט קיין אויבער חכם און פארשטיי אויך אז דאס איז די מציאות

דא און ק"ש געט דאס אויך אסך צי פאר דאס וואס אסך וועלן שרייבן וואס זיי שרייבן
אויך קען מען דאס באמערקען אויף די לייקס וואס ווערען געגעבן, אלס כדי צי זיין פין די "in" חברה און פארשטיין אן עסק

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 12:17 am
דורך יעקב מעקסוועל
איך האב הנאה הקטן, דו גייסט גלייך צו תכלית. :lol:

איך וואלט געזאגט אז דאס האט מער מיט קאנפארמעטי ווי פאלגזאמקייט, און דו ביסט זיכער גערעכט אז עס האט השפעה אויף די זייט, אבער עס האט פונקט אזוי השפעה אויף די אנדערע זייט...

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 6:10 pm
דורך חתן בחור
נאך אביסל איבער׳ן נושא צי לשה״ק איז די נאטורליכען שפראך פונעם מענטשהייט.

די ארטיקל פון וויקיפידיע איז איבער א פענאמען וואס ווערט גערופען ״קריפטאפאזיע״ א זאך וואס פאסירט אפט ביי צווילינגען ווען זיי הייבן אן צו רעדן אז זיי מאכן זיך אויף אן אייגענעם שפראך.