בלאט 1 פון 1

דער חסידישער גראפיטי ארטיסט

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:13 pm
דורך טיכטיגער
קונסט האט געמאכט א שיינע צוריקקער ביים היימישן אלט, אמאל האט מען חוץ דעם באבעס "גאבליין" אדער א טיפישע געדרוקטע כאיל תערוג בילד ווי א הערש שטייט ביים טייך און טרינקט וואסער... אבער פונקט ווי היינט פארשטייט מען מער צו גוטע וויינען, פיינע מוזיקאנטן, חזנות האט געהאט א שטיקעלע תחיית המתים, אזוי אויך האט קונסט אנגעהויבן ציען דאס נייגער ביי אסאך.
ס'היינט פארהאן אסאך חסידישער מעלער, וועלכע מאלן און צייכענען הערליכע בילדער, פאטרעטן און נאך, אבער גראפיטי-ארט איז אלץ געווען מער פאר היפסטער און אן אומבאקאנטע פאפ-ארט. אין די לעצטערע יארן האט אבער א חסידישער ארטיסט געמאכט א טויש אין דעם פעלד.

א ראביי בייטאג און אן ארטיסט ביינאכט
יצחק מואלי, איז א חסידישער אינגערמאן, א חב"ד'סקער חסיד, וועלכער דינט אלס א שליח-חב"ד אין בעסקינג, ניו דזשערזי. ביינאכט און אין זיין פרייע צייט דינט ער אלס א פאפ גראפיטי ארטיסט, וועלכער באצירט די גאסן מיט תוכנ'דיגע און אויגפארכאפנדע גראפיטי-מאלערייען.

יצחק, איז געבוירן אין אויסטראליע, צו עלטערן בעלי תשובה, געוועזענע היפסטערס. אלס קינד פון פינף יאר אלט האט זיך זיין משפחה געצויגן קיין קראון הייטס, וואו ער האט געלערנט אין די ארטיגע מוסדות. אויפוואקסנדיג אין א שטוב פון געוועזענע היפסטערס, איז ער באקענט געווארן מיט פיל מער קאלירן ווי דער טיפישער חסידישער אינגל... און היינט צוטאגס ניצט ער דעם מיזוג פון היפסטער קאלירן מיט חסידישע תוכן, און תוצאות זענען הערליכע מאלערייען אויף די ווענט.

ער מאכט "אוט אוו די באקס" סטיל מאלערייען מיט 'פאנקי' קאלירן.

נאך די דזשערזי סיטי טעראר-אטאקע האט ער געמאלן א הערליכע מנורה, אריינצושיינען ליכטיגקייט אין די טינקל, און יעדע נאכט האט מען צוגעמאלן נאך א לעכטעלע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:14 pm
דורך טיכטיגער
נאך אפאר בילדער

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 11:57 am
דורך מנחם ציון
איז ער נישט געווען באשריבן אין משפחה לעצטנס?

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 1:16 pm
דורך טיכטיגער
נישט וואס איך האב געזען, אבער א קליינע גוגל סורטש צייגט אז יא

https://collive.com/pop-artist-chossid-shliach/

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 9:17 pm
דורך טיכטיגער
מאמענט מאגאזין האט א שיינע אינטערוויו מיט אים די וואך

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
זייער שיין. אבער דאס אלעס וועט נישט העלפן פאר די אידן אין קראון הייטס. די ניגגערס צולאזן זיך א יעדע פאר יאר . און די אידן זענען (נעבעך) די קרבנות. ואין מציל מידם.

לידיעתך שבת אחים. די לאקאלע שחורים. אנגעהעצט פון זייערע פירערס/פארפיהרערס. צולאזן זיך אויף זייערע אידישע שכנים. אמאל אלס יחידים. און אמאל אין די מאסן. און ס'זענען נישט דא קיין קאנסעקווענצן פאר די נידריגע קרימינאללן...!

און דו ביסט נאך ביזי מיט די ראיאטערס אין וואשינגטאן...!