האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

אזוי ווי [tag]הקטן[/tag] איז "נייגעריג אויב צווישען די שרייבער דא איז דא איינער וואס האט געטוישט זיין מיינאנג אויף טראמפ, איין וועג אדער די אנדערע די לעצטע 4 יאר" האב איך געטראכט אז איך בין אויך נייגעריג, וועט מען עפענען די אשכול וועגן דעם.
איך אליין האב נישט געוואוט אין 2016 ווייל איך האב געהאלטען אז ביידע זענען געפערליך. אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן, און אוודאי וועל איך יעצט וואוטען פאר ביידן.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
עס גייט ממש פארקערט. ביידאן איז נישט דער ראדיקאלער, ער איז דער מעסיגע אין די פארמעסט. צווישן סאנדערס און ביידאן וואלט איך דיר פארשטאנן, אבער יעצט האט איינס נישט מיט די צווייטע.
און בכלל, מיינסט טאקע אז טאמער קלינטאן וואלט געוואנן וואלטן געווען אזעלכע ראיאטן? טאמער די ראיאטן שטערן דיר, וואלטסטו געדארפט ערשט וואוטן פאר סיי וועלכע דעמאקראט.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?
דער עולם קען אפשר מסביר זיין וואס זיי האבן ליב פון ביידען, ווי שטעקט זיין גרויסקייט, אדער אפשר איז ער נאר ״בעסער״ פון טראמפ ווייל ער איז מער איידל צו וואס.
ביידען קוקט מיר אויס ווי איינער וואס מען האט ארויסגעשלעפט פון א מושב זקנים צו לויפן פאר פרעזידענט.. דער קען נישט קומען צום ווארט און מאכט כסדר שאנדפולע טעותים וכו׳, עס שמעקט מיר נישט צו האבן אזא איינער אינעם ווייסען הויז.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
פאר 4 יאר צוריק בין איך געוווען גוט צומישט צווישן דער צוחישטער טראמפ און די קארופטירטע קלינטאן.
איך האב מיר איבערצייגט אז טראמפ קען יא פירן אזא צודרייטע לאנד ווי אמעריקע און אז די אלטגעזעצענע קאנגרעסלייט און סענעטארן זענען מיליאן מאל מער משוגע ווי ער.
אלזא, צווישן ביידען און טראמפ, איז דער ענטפער קלאר אז טראמפ!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
אמת וצדק האט געשריבן:דער עולם קען אפשר מסביר זיין וואס זיי האבן ליב פון ביידען, ווי שטעקט זיין גרויסקייט, אדער אפשר איז ער נאר ״בעסער״ פון טראמפ ווייל ער איז מער איידל צו וואס.
ביידען קוקט מיר אויס ווי איינער וואס מען האט ארויסגעשלעפט פון א מושב זקנים צו לויפן פאר פרעזידענט.. דער קען נישט קומען צום ווארט און מאכט כסדר שאנדפולע טעותים וכו׳, עס שמעקט מיר נישט צו האבן אזא איינער אינעם ווייסען הויז.
ענדישער א איידעלע זיידע ווי א מעשוגענער זיידע....
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
איך גיי נישט וואוטן פאר טראמפ, פשוט ווייל איך וואוין אין א דעמעקראטישע סטעיט, מילא מאכט עס סיי ווי נישט אויס. אבער אויב רעד מען וועם איך ''וויל'' פאר פרעזעדענט איז עס זיכער דניאל איבער ביידען.
און ניין איך האב נישט געטוישט מיין מיינונג פון פיר יאר צוריק, דאן איז עס געווען אז בעסער טראמפ ווי קלינטאן, און יעצט איז עס אויך בעסער טראמפ איבער ביידען.
און ב''ה, ביי מיר איז א פרעזידענט נישט קיין ראל מאדעל, האב איך נישט קיין פראבלעם פון זיינע מידות.

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
געשטימט פאר קלינטאן אין 2016, אלץ הכרת הטוב וואס זי האט אינזין געהאט אונזער קאמיוניטי ווען מען האט דאס געברויכט.
אין פלאן צו שטימען פאר טראמפ אין 2020 מהאי טעמא.
בנוגע כרם זית'ס טענה אז עס מאכט נישט אויס אין א דעמאקראטישע סטעיט, דאס איז לענ"ד אומריכטיג. ס'איז מיר וויכטיג אז ווען א לאקאלע פאלאטישן ברויך אונזערע וואלן זאל ער זעהן אז די מאפע אין אונזערע געגנטער זאל האבן געווען בלוי אין 2016 (ס'האט מיר זייער וויי געטוהן אז בלויז שיכון סקווירא איז טאקע אזוי געווען, קודאס פאר סקווירא פארן טוהן דאס ריכטיגע) און זאל בעז"ה זיין רויט אין 2020, זאל ער פארשן פארוואס און ער זאל דאס גוט פארשטיין און דערהערן.

- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן
וואס האט טראמפ דיר שלעכטס געטון און וואס וואלט זי בעסער געווען?
קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...
אין אנדערע ווערטער: קלינטאן וואלט אינטערגעברענגט די עקענאמיע אין די גאנצע לאנד, נישט נאר אין נ''י און אי נ''ז. נא, וואוט טאקע פאר אירע קאלעגע דזאו ביידען הכ''מ.
און פאר די וואס רעדן זיך איין אז די רוצחים פון די עקאנאמיע מיינען עס כאטש ערנסט
#פוי פאליטיק
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:אמת וצדק האט געשריבן:דער עולם קען אפשר מסביר זיין וואס זיי האבן ליב פון ביידען, ווי שטעקט זיין גרויסקייט, אדער אפשר איז ער נאר ״בעסער״ פון טראמפ ווייל ער איז מער איידל צו וואס.
ביידען קוקט מיר אויס ווי איינער וואס מען האט ארויסגעשלעפט פון א מושב זקנים צו לויפן פאר פרעזידענט.. דער קען נישט קומען צום ווארט און מאכט כסדר שאנדפולע טעותים וכו׳, עס שמעקט מיר נישט צו האבן אזא איינער אינעם ווייסען הויז.
ענדישער א איידעלע זיידע ווי א מעשוגענער זיידע....
אין א משוגענע פלאץ דארף מען א משוגענע נישט קיין איידעלע, און נישט סתם א משוגענער נאר א געזונטע משוגענער!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
איך בין געווען א שטארקע קרוז שטיצער און נאך זיין פארלוסט בין איך געווען א "נעווער מיענס נעווער" טראמפער.
נענטער צום עלעקשאנס האב איך אביסל געטוישט מיין בליק אבער זיך נאכאלס נישט געקענט ברענגן צו שטימן פאר איהם.
אויף 2020 באקומט ער מיין שטימע.
ס'דא א געשיכטע וואס מ'פארציילט, ביי איינע פין די חרדישע מערכות וועגן כשר'ע באסעס איז געווען אן אסיפת רבנים וועגן מאכן אייגענע באסעס. האט איינע פין די רבנים געפרעגט די אנוועזנדע: ווער איז דער משוגענער?
אלע רבנים און עסקנים האבן געהויבן ברעמען נישט פארשטייענדיג וואו ער צילט אבער קיינער האט נישט מגיב געווען. נאך א מינוט שטילקייט רופט זיך דער רב אהן "דער מערכה וועט נישט מצליח זיין!" און ער האט מסביר געווען: כדאי א מערכה זאל מצליח זיין פעלט זיך אויס איינער זאל זיך דערקלערן משוגענער און יעבור עליו מה וועט ער אריינארבייטן לטובת המערכה.
רבותי! אונזער לאנד איז טיף טיף אין די אדמה! אונז האב מיר א משוגענער אינעם ווייסן הויז. אבער אונז דארפן א משוגענער! נאר א משוגענער קען און וועט טוהן וואס טראמפייטער האט אויפגעטוהן אין די לעצטע פיר יאר.
און מיט דעם כוונה גיי איך מיר צושטאפען די נאז און וועלן טראמפ.
-דיס איז אינגערמאנטשיקל ענד איי עפראוו די מעסעדזש
קורקלענד האקט ענליך
נענטער צום עלעקשאנס האב איך אביסל געטוישט מיין בליק אבער זיך נאכאלס נישט געקענט ברענגן צו שטימן פאר איהם.
אויף 2020 באקומט ער מיין שטימע.
ס'דא א געשיכטע וואס מ'פארציילט, ביי איינע פין די חרדישע מערכות וועגן כשר'ע באסעס איז געווען אן אסיפת רבנים וועגן מאכן אייגענע באסעס. האט איינע פין די רבנים געפרעגט די אנוועזנדע: ווער איז דער משוגענער?
אלע רבנים און עסקנים האבן געהויבן ברעמען נישט פארשטייענדיג וואו ער צילט אבער קיינער האט נישט מגיב געווען. נאך א מינוט שטילקייט רופט זיך דער רב אהן "דער מערכה וועט נישט מצליח זיין!" און ער האט מסביר געווען: כדאי א מערכה זאל מצליח זיין פעלט זיך אויס איינער זאל זיך דערקלערן משוגענער און יעבור עליו מה וועט ער אריינארבייטן לטובת המערכה.
רבותי! אונזער לאנד איז טיף טיף אין די אדמה! אונז האב מיר א משוגענער אינעם ווייסן הויז. אבער אונז דארפן א משוגענער! נאר א משוגענער קען און וועט טוהן וואס טראמפייטער האט אויפגעטוהן אין די לעצטע פיר יאר.
און מיט דעם כוונה גיי איך מיר צושטאפען די נאז און וועלן טראמפ.
-דיס איז אינגערמאנטשיקל ענד איי עפראוו די מעסעדזש
קורקלענד האקט ענליך
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
צומאל ווען איך וויל ליינען דברי חיזוק לייען איך דעס איבער.
שוין באהאלטן אונטער א צאָלוואַנט.... איך אין זיין מצב וואלט זיך אויך באהאלטן ערגעץ וואו....
שוין באהאלטן אונטער א צאָלוואַנט.... איך אין זיין מצב וואלט זיך אויך באהאלטן ערגעץ וואו....
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא
כרם זית האט געשריבן:און ב''ה, ביי מיר איז א פרעזידענט נישט קיין ראל מאדעל, האב איך נישט קיין פראבלעם פון זיינע מידות.
זייער גוט געזאגט. ביי אסאך גוים איז דאס די פראבלעם, זיי קוקען ארויף אויפ׳ן פרעזידענט ווי א ראול מאדעל. טאמער זיי לאזן נאך די שנאה צו רעפובליקאנער פאר איין מינוט וואלטן זיי גלייך איינגעזעהן אז דורכאויס די אלע יארן וואס די קאנדידאטן זענען טאקע געוועהן גרויסע דשענטלמענער האבן זיי מיט דעם אלעם גארנישט אויפגעטוהן. פארקערט, אמעריקע איז געגאנגען דאון דע דרעין.
טרומפ איז די איינציגסטע פרעזידענט וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם, זאגט אפען וואס ער האלט, אנע פארדרייען זיינע ווערטער אויסצוזעהן דיפלאמאטיש, און טוט וואס ער זאגט.
פאר לאנגע יארן האט כינע באראבעוועט אמעריקע מיט פאלשע צוזאגענגן און אלע פרעזידענטס ביז אים האבן זיך געלאזט נער׳ן און מורא געהאט פון כינע. זאל ער רעדן שטותים אגאנצען טאג אויף טוויטער! למעשה וועמען פאלגען יעצט אלע לענדער? נישט נאר האט ער גענומען כינע אויפ׳ן צימבל, נאר אלע לענדער וואס פלעגן נעמען עדווענטעדש פון אונז. ווען ער וואלט געוועהן א דשענטלמאן וואלט כינע ווייטער געלאכט פון אים. דערפאר וואס ער רעדט און סטראשעט אזויפיעל נאר וועגן דעם שרעקען זיי זיך פאר אים.
אלע פרעזידענטס זענען געלאפן אויפ׳ן צוזאג פון פארריכטען די עקאנאמיע, אפשטעלן די אומלעגאלע אימיגראטן, פארריכטן העלטקער (אבאמא׳ס פלאן איז געגאנגען באנקראט), טעקס ריפארם, פריזאן ריפארם, ווער למעשה טוט די אלע זאכן? טרומפ!
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן
וואס האט טראמפ דיר שלעכטס געטון און וואס וואלט זי בעסער געווען?
קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...
די ערשטע זאך וואלט נישט קלינטאן איגאנארירט די גאנצע זאך און אויך נישט געמאכט א וויץ דערפון נאר גלייך זיך מטכס עצה געווען וואס מען טוט דא