ריכטיג האט געשריבן:ווי איך פארשטיי האט ער ארויפגעקלעבט דריי קאלירטע נעגעטיווס איינס אויף די צווייטע בעפארן נעמען די בילד.
און איך פאַרשטיי נאָכאַלץ ניט ווי דאָס אַרבעט
ניט געפערליך, איך האָב גרעסערע דאגות.
דערווײלע, אַחוץ די צוויי אויבנגעבראַכטע בילדער (און דעם בילד פון דער בוכאַרישער אידישער מיידל וועלכן איך קאָן איצט ניט געפינען) האָב איך ניט געפונען נאָך אידישע בילדער. אָבער וויבאַלד עס שטייט דאָך בפירוש אין דעם אונטערקעפּל פון דעם פאָרום „אידישע
און וועלטליכע היסטאָריע”, וועל איך אַרויפשטעלן אַנדערע אינטערעסאַנטע פאָטאָגראַפיעס זײנע.
אַ רוסישע משפחה:
![בילד](https://cp16.nevsepic.com.ua/263/26293/thumbs/1455881484-04435u.jpg)
מוכאַמאַד אַלים כאַן, דער לעצטער בוכאַרישער עמיר (1911):
![בילד](https://petapixel.com/assets/uploads/2014/03/article-2572671-1C0604E400000578-24_964x764-620x491.jpg)
אַרבעטער באַם באַקאַלסקי אײזן־גרוב (1910):
![בילד](https://img.theculturetrip.com/1024x/smart/wp-content/uploads/2017/11/04428v.jpg)
אַ תפיסה אין בוכאַראַ (1907):
![בילד](https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/c/ca/Prokudin-Gorskii-21.jpg/800px-Prokudin-Gorskii-21.jpg)
דער באַוואוסטער רוסישער שרײבער לעוו טאָלסטאָי (1908):
![בילד](https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/c/c6/L.N.Tolstoy_Prokudin-Gorsky.jpg/170px-L.N.Tolstoy_Prokudin-Gorsky.jpg)
בקשר מיטן לעצטן בילד, אָט איז אַ בריוו וואָס פּראָקודין־גאָרסקי האָט געשריבן טאָלסטאָי'ן:
איך האָב ערשט דעוועלאָפּט אַ פאָטאָגראַפיע וואָס אימיצער (איך געדענק ניט זײן נאָמען) האָט אײך פאָטאָגראַפירט. עס איז אַרויסגעקומען זייער שוואַך – משמעות אַז דער וואָס האָט עס געטאָן האָט ניט געקענט די מלאכה. פאָטאָגראַפיע אין נאַטירליכע קאָלירן איז מײן ספּעציאַליטעט . . נאָך פיל יאָר האָב איך דערגרייכט אויסערגעוויינליכע רעזולטאַטן אין פּראָדוצירן אַקוראַטע קאָלירן . . איצט וואָס מײן מעטאָדע אין פאָטאָגראַפיע געדויערט צווישן 1 ביזל 3 סעקונדעס, דערלויב איך זיך בעטן אײער רשות אײך צו באַזוכן אויף אַ צוויי-דרײ טעג...
העכסט אינטערעסאַנט איז צו פאַרגלײכן זײנע בילדער צו בילדער פון די זעלביקע ערטער הײנטיקע צײטן. אָט אַ שטייגער איז פון לינקס זײנער אַ בילד פון אַ פּאַלאַץ אין בוכאַראַ (1907), און פון רעכטס אַ בילד פון אָ יעניקן פּאַלאַץ אין 1959. מ'זעט כמעט ניט קיין אונטערשייד צווישן די צוויי פאָטאָגראַפיעס, און זײן פאָטאָגראַפיע איז אפילו קלערער פון דער צווייטער:
![בילד](http://prokudin-gorsky.org/imgarc/mid/2236.jpg)
הײנט צוטאָג האָט מען שוין ראַמאָנטירט יענעם פּאַלאַץ, אָבער מ'קאָן עם נאָך דערקענען:
![בילד](http://prokudin-gorsky.org/imgarc/mid/2410.jpg)
טאָלסטאָיס שטוב, 1908-2009:
![בילד](http://prokudin-gorsky.org/imgarc/mid/224.jpg)
טײך און בריק אין טווער, 1910-2010:
![בילד](http://prokudin-gorsky.org/imgarc/mid/824.jpg)
אַנדערע ערטער ווידער האָבן באַקומען אינגאַנצן אַ נײעם פנים־חדשות.