בלאט 1 פון 11

בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:51 pm
דורך [NAMELESS]
היינט איז פלוצלונג נפטר געווארן כ''ק אדמו''ר מסאדיגור זצ"ל אין עלטער פון 65 יאהר.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פלוצלונג?! ער איז דאך געווען קראנק פאר א געזונטע פאר יאר. וואס עפעס פלוצלונג?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:58 pm
דורך מנחם ציון
די מצב האט זיך פארערגערט די לעצטע פאר טעג
סקווירא רבי האט אים באזוכט נאך גאנץ לעצטנס אין קאליפארניע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 8:57 pm
דורך בוטן
ממשיך ר' מרדכי שלום יוסף - יחי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:21 pm
דורך לך לך
ממלא מקום

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:01 am
דורך אישתישבי
וואס זענען געוועהן זיינע מעלות?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געהערט אז עס איז דא א צוואה אז אלע קינדער זאלן איבערנעמן און זיך רופן רבי. זיין בחור מעג ווערן רבי אויב ער וויל, און זיי קענען אים נישט אפשטעלן.

אין לאנדאן איז ער געווען א נארמאלע רב, וואס האט אביסל געפסקנ'ט אבער בעיקר זיך געפארעט מיט זיין סטאדע, מחזק געווען, געזאגט שיעורים און מ'האט זיך מתייעץ געווען מיט אים. אינדערויסן פון זיין שול האט מען אים נישט געקענט, אבער אין זיין שול איז ער געווען זייער באליבט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:38 am
דורך Chuchem
כ'הער זאגן אז איינער פון די זון, ר' אפרים פישל (חתן ר' חיים רובין מרופשץ ארה"ב) וועט אויך נישט אננעמען די אדמורו" ת, אבער וועט האבן אן אפציע ווען ער איז גרייט. (ביהמ"ד שבהנהלת אחין שיעבור תחתו אם ירצה)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:36 am
דורך בוטן
דארף מען באשטעלן נאך חסידים פון כינע...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:01 pm
דורך מפיל קינד
משום איזה סיבה ליינט מען נישט די צוואה ביז נאך די שבעה.

שמועות קורסירן אז דער ממלא מקום איז נישט די עלטסטע זון, נאר א אינגערע זון פון אנטווערפן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 1:50 pm
דורך היכי דמי
די אינגסטע זוהן נעמט איבער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 1:58 pm
דורך מנחם ציון
א כללית'דיגע פראגע, ווער זענען זיינע (און אנדערע) חסידים?
זענען זיי טאקע אפשטאמיגע מחסידי רוזין?
אדער סתם מעריצים וואס האבן געקלעבט במשך השנים צו אים און זיין פאטער?

די זעלבע פראגע האב איך אויף די רעוועלעך וועלכע וואקסן ווי שוואמען אין אר"י
יו נעים איט... קרעטשניף אלע, (וויפיל איז דא?..) זוטשקא, ביטשקוב, דאראג, ועוד ועוד
זענען די אלע וואס זיצן ביי זייערע טישן זייערע חסידים? אדער סתם אידן וועלכע ס'שטערט זיי נישט צו באקומען א שטיקל קוגל יעדע שני וחמישי


(נישט פארדרייען די נושא ענטפערן און געגאנגן ווייטער)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 2:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מפיל קינד האט געשריבן:משום איזה סיבה ליינט מען נישט די צוואה ביז נאך די שבעה.

שמועות קורסירן אז דער ממלא מקום איז נישט די עלטסטע זון, נאר א אינגערע זון פון אנטווערפן.

עס איז נישט דא קיין זון אין אנטווערפען, אחוץ די ניינצען יעריגע בחור וואס איז יעצט אהין געגאנגן פאר פסח, איך ווייס נישט פארוואס. אבער ווען ער וואלט געהאט א זון אין אנטווערפען, וואלט ער זיכער איבערגענומען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 3:10 pm
דורך מפיל קינד
עס איז יא דא א זון אין אנטווערפן. הרה"צ יצחק יהושע העשיל שליט"א אן איידעם ביי הגאון רבי אשר שטערנבוך.

היכי דמי האט געשריבן:די אינגסטע זוהן נעמט איבער.

ער איז איינס עלטער פון די אינגסטע, הבה"ח פרע"ח שמעון שליט"א

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין סאדיגערער קאנטאקט האט געטוישט זיין מיינונג, אז אפשר וואוינט שיעלע יא אין אנטווערפען. אנטשולדיגט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:40 pm
דורך מנחם ציון
פארוואס עפעס ער?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:48 pm
דורך מפיל קינד
הרה"צ רבי יצחק יהושע העשיל שליט"א ביי זיין חתונה, שבט תשע"ח

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:49 pm
דורך מפיל קינד
מנחם ציון האט געשריבן:פארוואס עפעס ער?

ער איז גאר א חשוב'ער אינגערמאן. אין די לעצטע יאר ווען זיין טאטע איז נישט געווען צווישן עולם, האט ער געשיקט אידן זיך מזכיר זיין ביי דעם זון.

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 3:33 am
דורך פאליטיקאנט
הייסט עס אז יעדע צוואנציג יעריגער "גאר חשוב'ער" כולל אינגערמאן איז ראוי מ'זאל זיך מזכיר זיין ביי עם?

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:29 am
דורך צפור בודד
פאליטיקאנט האט געשריבן:הייסט עס אז יעדע צוואנציג יעריגער "גאר חשוב'ער" כולל אינגערמאן איז ראוי מ'זאל זיך מזכיר זיין ביי עם?
לכאורה איז א צוואנציג יעריגער חשוב'ער ווי א פערציג יעריגער ווייל ער האט ווייניגער אנגעיאגט צו זינדיגן

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:44 am
דורך פאליטיקאנט
דאן איז א 'ינוקא' נאך חשוב'ער....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:35 pm
דורך מנחם ציון
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאן איז א 'ינוקא' נאך חשוב'ער....

יא יא בנינו ערבים לנו

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:36 pm
דורך בוטן
און א שליא און א אפרוח שלא נפתחו עיניו - נאכמער...
איך מיש מיך נישט, צו ס'גערעכט צו נעמען א יונגערע זון במקום ווי אלע איבריגע זענען נישט קיין קטלא קניא'ס, אבער מאדנע איז עס זייער שטארק.