בלאט 1 פון 1

געווינס פאר טראמפ: שלום צווישן מ. ישראל און י"א עמירעיטס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 11:21 am
דורך [NAMELESS]
דראמאטישע נייעס ווערט יעצט געמאלדען אז טראמפ האט געבראקערט א שלום דיעל צווישן מדינת ישראל און די יונייטעד אראב עמירעיטס.

דאס איז ריזיגע נייעס וואס קען עפעקטן פאליטיק סיי פאר טראמפ און סיי פאר נתניהו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 11:27 am
דורך גבור חיל
חתם סופר האט געשריבן:דראמאטישע נייעס ווערט יעצט געמאלדען אז טראמפ האט געבראקערט א שלום דיעל צווישן מדינת ישראל און די יונייטעד אראב עמירעיטס.

דאס איז ריזיגע נייעס וואס קען עפעקטן פאליטיק סיי פאר טראמפ און סיי פאר נתניהו.


די סטעיטמענט וואס טראמפ האט געטוויט

Screenshot_20200813-112522_Twitter.jpg

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 11:33 am
דורך טיכטיגער
געווינער? דער גרעסטער פארדינער דא איז טראמפ, ער קען זיך גרויסן אז ער האט געמאכט שלום...

ביבי דערלייגט נאר פון זיינע רעכטע מתנחלים, היות ער האט זיך אונטערגענומען נישט צו אנעקסירן נאך שטחים. כאטש אויף דערווייל.

ריגארדלעס איז עס א גרויסע דורכברוך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 1:01 pm
דורך מנחם ציון
פאר ביבי לוינט זיך עס לכאורה נישט צו דארפן גיין אויף פרישע וואלן
מיט דעם שטעלט ער צופרידן די לינקע פון זיין קאעליציע