בלאט 1 פון 1

וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:51 am
דורך העניך
לאמיך אויסרעכנען וואס מאכט מיך שטאלץ צו זיין א איד.

אונזער לאנגע היסטאריע: איך בין שטאלץ צו זיין א טייל פון א פאלק וואס איז שוין אויף דער וועלט-ארענע אזויפיל יאר.

אונזער תורה: איך בין שטאלץ צו זיין פון דעם פאלק וואס די תורה איז זיין הייליג בוך. די תורה האט אן קיין צווייפל געהאט די גרעסטע השפעה וואס סיי וואספארא בוך האט נאר געהאט אויף ציוויליזאציע.

אונזער השפעה אויף דער וועלט: איך בין שטאלץ מיט דער אומגעהויערער קאנטריבוציע פון אונזער פאלק צו דער וועלט, מיט סייענס, אידעאלאגיע, וכו'.

און הגם כ'בין נישט קיין ציוני, בין איך שטאלץ ווען איך לייען אז די אידישע מדינה שטייט אין שפיץ פון טעכנאלאגישער פארשריט, און פארמאגט א מעכטיגער מיליטער.

וואס מאכט אייך שטאלץ צו זיין א איד?