בלאט 1 פון 1

א נייע סאדיגערער רבי, 24 יאר אלט; ווער וועט אים וויקעלען?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:39 pm
דורך משה טורעץ
נו, מסתמא אין 24 יאר אלט ער קען שוין אליין גייען צום בית הכסא.
א מזל וואס מ'האט נישט זוכה געווען אין קארלין און בעלז.
מ'דערציילט, אמאל דער קארלינער ינוקא האט געאויעט אין מיטן דעם טיש.
- אין די עליונים? האבן די דערשרעקלעכע חסידים געפרעגט.
-ניין, אין די תחתונים, האט דער פארשעמט ינוקא געענטפרט.
יא יא רבותי, איך וואלט אויך געלאכט אז ס'וואלט ניש געווען מיין קינד, אונזערע קינד.
א פנים האבן מיר ווי...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:52 pm
דורך משה טורעץ
אויף דעם בעלזער דערציילט מען, אז נאך ער האט באגעגנט מיט אליעזר שאך, דער מרן פון די ליטוואקעס, מ'האט אים געפרעגט וואס טראכט ער וועגן שאך.
דער בעלזער וואס האט געואלט לעקן די ליטוואקעס, האט געענטפערט:
- איך האב געמיינט אז איך וועל טרעפן מיט א מענטש ניינציק יאר אלט, און כ'האב געזען דריי מענטשן יעדערער דרייסיק יאר אלט.
מ'האט צוריק געפרעגט שאכ'ן, וואס טראכט ער וועגן דער בעלזער?
-כ'האב געמיינט איך גיי זיך טרעפן מיט א מענטש דרייסיק יאר אלט, אבער איך האב געפינען צען קינדער יעדערער דריי יאר אלט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:54 pm
דורך אישתישבי
צו זיין א רבי איז נישט קיין חילוק ווי אלט מען איז, עס האט מיט דער מענטש.

א רבי ביי די פיר אין צוואנציג קען אויפטוהן א וועלט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:57 pm
דורך ירמי'
כאילו די וואס עסן שוין קוגל דא פופציג יאר זענען מער טויגליך

טאקע די בעלזער האט אויפגעטון אין זיין קהילה וואס אנדערע האבן נישט געקענט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:01 pm
דורך משה טורעץ
אישתישבי האט געשריבן:צו זיין א רבי איז נישט קיין חילוק ווי אלט מען איז, עס האט מיט דער מענטש.

א רבי ביי די פיר אין צוואנציג קען אויפטוהן א וועלט.


אויפטאן א וועלט?
הלוואי אויפטאן די אייגענע גאטקעס.
אויב איינער דארף א ראיה וואס פאר א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיינט חסידות, אט האט איר.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:09 pm
דורך [NAMELESS]
משה טורעץ האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:צו זיין א רבי איז נישט קיין חילוק ווי אלט מען איז, עס האט מיט דער מענטש.

א רבי ביי די פיר אין צוואנציג קען אויפטוהן א וועלט.


אויפטאן א וועלט?
הלוואי אויפטאן די אייגענע גאטקעס.
אויב איינער דארף א ראיה וואס פאר א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיינט חסידות, אט האט איר.

פונקט פארקערט גיב א קוק דא עס איז גאנץ זיכער אז די החלטה פון די רבי איז עם נישט אנגעקומען לייכט פארט האט ער געטון וואס עס איז ריכטיג און געקליבן די זון וואס איז די מערסטע פאסיג פאר די זיץ, קענסט אפשר מסביר זיין פארוואס די עיטש זאל אויסמאכן??

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:18 pm
דורך calculator
ירמי' האט געשריבן:כאילו די וואס עסן שוין קוגל דא פופציג יאר זענען מער טויגליך

טאקע די בעלזער האט אויפגעטון אין זיין קהילה וואס אנדערע האבן נישט געקענט


וואס א חילוק צו די רבי איז 24 אדער 90 יאר און ער קאלעכט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:30 pm
דורך גאלד
שמעתי אז די גאנצע "מלכות סדיגורא" באשטייט פון א געזעמל פון 150 אידן. און די גאנצע וועלט קאכט אזוי פון זייער ינוקא. טשיל רבותי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:42 pm
דורך כרם זית
[tag]משה טורעץ[/tag] ביזטו א גולגול פון [tag]משה זאב פעטש געבער[/tag]?

(אדער אפשר גלייבסטו נישט אין גלגולים וויבאלד די ביזט דאך א תלמוד פונעם רמב''ם?)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:46 pm
דורך מנחם ציון
גאלד האט געשריבן:שמעתי אז די גאנצע "מלכות סדיגורא" באשטייט פון א געזעמל פון 150 אידן. און די גאנצע וועלט קאכט אזוי פון זייער ינוקא. טשיל רבותי.

וואס איך האב האב געשריבן דא בשכנות

"א כללית'דיגע פראגע, ווער זענען זיינע (און אנדערע) חסידים?
זענען זיי טאקע אפשטאמיגע מחסידי רוזין?
אדער סתם מעריצים וואס האבן געקלעבט במשך השנים צו אים און זיין פאטער?

די זעלבע פראגע האב איך אויף די רעוועלעך וועלכע וואקסן ווי שוואמען אין אר"י
יו נעים איט... קרעטשניף אלע, (וויפיל איז דא?..) זוטשקא, ביטשקוב, דאראג, ועוד ועוד
זענען די אלע וואס זיצן ביי זייערע טישן זייערע חסידים? אדער סתם אידן וועלכע ס'שטערט זיי נישט צו באקומען א שטיקל קוגל יעדע שני וחמישי"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:55 pm
דורך גאלד
דאס העסטו מוזן פרעגן יעדן אינדווידועל וואס טרייבט זיי צו זיין חסידים, כשטעל זיך פאר יש ויש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די געוואלדיגע מעלה אין א"י איבער אמעריקא. אין אמעריקא, טאמער איינער עפענט א שטיבל, בלייבט ער א רבילע לעולם ועד. אפילו טאמער ער האט וואס צו פארקויפן, וועט עס אים גארנישט העלפן. אדער גרויסע קאמפאניס, אדער גארניט. אין א"י, אז מ'פארקויפט עפעס וואס דער עולם וויל, וועלן זיי קומען צו דיר. אוודאי זענען דארטן דא גרויסע קאמפאניס אויך, אבער דאס האלט נישט צוריק די קליינער פון זיך קענען אויפבויען.

און וואס הייסט 'וואס צו פארקויפן'? דאס ווענדט זיך אויף די ציבור. איך זעי אבער נישט אז די גרויסע האבן עפעס מער

Re: א נייע סאדיגערער רבי, 24 יאר אלט; ווער וועט אים וויקעלען

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:24 pm
דורך עוקר הרים
למעשה מיין איך אז ס'קומט זיך קרעדיט פאר די סדיגערער זצ"ל אז ער איז נישט נאכגעגאנגען די עולם גולם און געזאגט אז די עלטסטע זאל זיין רבי נאר ווייל ס'קומט אזוי....... נאר ווער ער האט געהאלטען איז ראוי האט ער ממנה געוועהן......
אפשר וועלען אנדערע אויך נאכטוהן און אנשטאט ממנה זיין אלע קינדער וועט מען ממנה זיין ווער ס'איז ראוי.....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:31 pm
דורך מפיל קינד
ברעיקינג! צום ערשטן מאל בעולם החסידות:

ס'ווערט באריכטעט אז די הויז בחור איז עלטער פון די רבי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:46 pm
דורך סדרן
[tag]משה טורעץ[/tag] איז אויסגעשפארט לעולמי עד.