בלאט 1 פון 1
הינוקא הוכתר
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:29 pm
דורך גבור חיל
די גאנצע חסידישע וועלט איז אויף מיט די מינו פון דער פרישער אדמו"ר מסאדיגורה, וועלכער איז נאך אין א גאר אינגער עלטער, איך קען נישט די נושא בכלל גיי איך נישט אריין רעדן, איך האב נאר געטראכט אז סאיז מעגליך אינטערסאנט אהער צו ברענגען פון די ארכיוון עטליכע אויסצוגן פון די צייטונגען בשעת וואס מען האט געקרוינט דעם דעמאלטס'דיגן ינוקא, כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א.
(איך האף אז סאיז נאך נישט דא געוועזן, אויב יא זאל מיר די עולם מוחל זיין...)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:30 pm
דורך גבור חיל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:32 pm
דורך כרם זית
אינטערעסאנט ווי דער שרייבער באטיטלט די טיש אלס ''איש''. זעט אויס אז א טשאלמי האט מסביר געווען פאר דער פרייער שרייבער אז אין אידיש הייסט עס אן ''איש''.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:34 pm
דורך כרם זית
בדרך אגב די אויסדריק ינוקא קומט פון זוהר וואו עס ווערט פארציילט איבער א ינוקא וואס תנאים האבן געלערנט פון אים סודות התורה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:47 pm
דורך אישתישבי
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%A7%D7%90דער ערשטער ינוקא איז געוועהן א עלטערע ברודער פין דער ריזשינער, וואס איז געווארען א רבי ביי די זעכצן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:57 pm
דורך בוטן
ס'בכלל נישט דומה, פאר דעם אליינס, אז א ינוקא איז געווארן, ווען ס'נישט געווען א צווייטער, אדער א צווייטער ראוי.
אבער דא האסטו א שורה וואוילע פאסיגע קאנדידאטן. והמקרא אומר דרשני
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:02 am
דורך צפור בודד
נאר אין מעריב קען מען זעען וויאזוי ער האט געכאפט דער קרוין און נישט געווארט אז מען זאל עס אים אנטון.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:10 pm
דורך מאן דאמר
ווי אפיציעל איז דאס? אין דו נייעס שטייט אז מען האט נאכנישט אפיציעל מכריע געוועזן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:19 pm
דורך צפור בודד
איך האב מיך באצויגן צו די היסטארישע צייטונג בארכיטן פון הינוקא מבעלז.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:45 pm
דורך מנחם ציון

רחוב אפריגס....
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:45 pm
דורך חכימא
צפור בודד האט געשריבן:נאר אין מעריב קען מען זעען וויאזוי ער האט געכאפט דער קרוין און נישט געווארט אז מען זאל עס אים אנטון.
ושוברו בצדו...
שטייט דארטן אז דאס איז געטוהן געווארן "ע"פ עצתו של האדמו"ר מגור, הישיש"...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:47 pm
דורך חכימא
גיבט א קוק אין דבר:
"... ואגב ההילולא לא חסכו חירופים וגידופים ממדינת ישראל"
סו קיוט...
Re: הינוקא הוכתר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 4:54 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
אויך שרייבן זיי אז עס איז געווען געציילטע וואכן נאך די חתונה פון סיגעט וויזניץ (מהר"א) זעט אויס אז עס איז געווען "אין אני והוא יכולין לדור במקום אחד"
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk