headlines radio show

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

headlines radio show

שליחה דורך כרם זית »

עס וואונדערט מיר אז עס איז נאכנישט פארהאן אן אשכול איבער די וועכנטליכע העדליינס הלכה שאו, די פראגראם וועלכע ווערט אנגעפירט דורך דער חרדישע ביליאנער פון מאנסי דוד ליכטנשטיין. ווי אן עושר וואס איז יענה עזות שרעקט ער זיך נישט צו לאזן לויפן די מערסט קאנטערווערסינאלע דיאלאגן. גאר אסאך נושאים וועלכע ווערן באהאנדעלט דא אין שטיבל, ווערט דארטן צולייגט אין אינטערוויאו'ס מיט רבנים און פרפסורן. א ביישפיל איז די יעצטיגע צוריק ארויפגעברענגטע ברענעדיגע פראבלעם איבער עגונות, עזרת נשים, ראסיסזים, וכו'. ר' דוד איז נישט קיין קליינער תלמוד חכם, (ער מיט א שטאב ת''ח האבן ארויסגעגבען די ספר 'משנה אחרונה' אויף משנה ברורה, וואס מיט זיין טיפקל גאוה פלאקעמירט ער אז אויב איינער קויפט עס און האלט נישט אז עס איז די בעסטע ספר אויף הלכות שבת, געט ער צוריק די געלט...,) און מקען אים נישט פארקויפן קיין ב''ש, הגם אסאך מאל איז קענטיג אז ער איז איינזייטיג און ער פראבירט צו שטיפן אן אדזענדע (רוב מאל די מער אויפגעקלערטע זייט). צומביישפיל לעצטע וואך האט ער געהאט א שאו איבער די מהפכה אין גור, און ער האט נאר אינטערוויאוט א תלמוד פון ר' שאול (און טאקע די וואך האט ער צוגעזאגט ממשך צו זיין מיט א גורע חסיד). די זעלבע דארף מען זיך אמאל פלאגן וואס די נושא האט מיט תורה (עס הייסט דאך א 'הלכה' שאו). עס איז אויך דא א האטליין נומער וואו מקען הערן אלע שאו'ס 732-806-8700.

מקען נאך אסאך מאריך זיין, סיי וועגן די שאו, און סיי וועגן די בעל השאו, און די עולם איז מכובד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. דער משנה ברורה ווערט געשריבן דורך א יונגערמאן אין לעיקוואד, יעדער וואס גייט אריין אין 'כולל נר אברהם' קען אים טרעפן ביים מזרח מיט זיין קאמפיוטער, עס איז נישט קיין סוד.

ב. מסתמא ביי גור האבן זיי נישט געוואלט רעדן דארט, ווייל כידוע זענען די גערער זייער נזהר אין נישט אריין גיין אין די נייעס.

ג. איך האב אסאך חברים וואס הערן אים אויס כסדר, און מיט יעדער האט ער א חשבון, ער לאזט נישט קומן צום ווארט, ווייל זיין מיינונג איז פונקט אזוי וויכטיג ווי דער מיט וועמן ער רעדט. עס איז א שאד, ווייל ער באקומט פיינער מומחים דארט.

ד. מ'האט מיר איינמאל געבעטן איך זאל מסדר זיין אז א דריטע זאל קומן אויפ'ן שוי, און מ'האט יענעם צוגעזאגט טבין ותקילין. יענער איז נישט געקומן, אבער וויסן זאל מען פארוואס מענטשן גיין דארט ארויף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

comment removed
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. דער משנה ברורה ווערט געשריבן דורך א יונגערמאן אין לעיקוואד, יעדער וואס גייט אריין אין 'כולל נר אברהם' קען אים טרעפן ביים מזרח מיט זיין קאמפיוטער, עס איז נישט קיין סוד.

ב. מסתמא ביי גור האבן זיי נישט געוואלט רעדן דארט, ווייל כידוע זענען די גערער זייער נזהר אין נישט אריין גיין אין די נייעס.

ג. איך האב אסאך חברים וואס הערן אים אויס כסדר, און מיט יעדער האט ער א חשבון, ער לאזט נישט קומן צום ווארט, ווייל זיין מיינונג איז פונקט אזוי וויכטיג ווי דער מיט וועמן ער רעדט. עס איז א שאד, ווייל ער באקומט פיינער מומחים דארט.

ד. מ'האט מיר איינמאל געבעטן איך זאל מסדר זיין אז א דריטע זאל קומן אויפ'ן שוי, און מ'האט יענעם צוגעזאגט טבין ותקילין. יענער איז נישט געקומן, אבער וויסן זאל מען פארוואס מענטשן גיין דארט ארויף.


א. אין די ספר שטייט אז עס איז געמאכט געווארן דורך ר' דוד מיט א צות תלמידי חכמים.

ב. עס איז משמע אז ער האט אפילו נישט פראבירט, ווייל די וואך האט ער זיך אנטשולדיגט און צוגעזאגט צו ממשך זיין די שמועס פון גור'ס זייט (עמער זען צי איינער וועט מסכים זיין זיי צו פארטרעטן). משא''כ ביי די שאו וועגן עזרת נשים האט ער געזאגט אז ער האט געבעטן מרת פרייער אויפצוטרעטן און זי האט נישט מסכים געווען.

ג. יא, דאס איז איינער פון זיינע עיקר חסרונות אז די גאוה שפריצט און ער איז דא צו שטיפן אדזענדעס. שוין אפגערעדט פון די בארינג שטיקל תורה וואס ער זאגט יעדער וואך פון כרס ארויס אלס הקדמה...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט