משלים פין דער מיטל אלטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2078 מאל

משלים פין דער מיטל אלטער

שליחה דורך אישתישבי »

[justify]משל א.

געוועהן איז אמאהל א לעמפערט וואס איז זיך געזעצען רואיג און צופרידען און זיין ארט. נעבען אים האט געוואוינט דער פוקס, וואס איז אים געוועהן א גוטע פריינט און עצה געבער. איין טאג האט דער פוקס זיך געטראכט, מיין שכן דער לעמפערט איז דאך א נידריגע בריאה און גאר נאריש, ווער ווייסט, אפשר אין זיין הארץ האט ער מיר גאר פיינט און לאקערט אויף מיר, איין טאג ווען עס וועט אים פעלען זיין רויב וועט ער מיר מיט זיין שטארקייט פארצוקען און מיר דער'הרג'נען, און מיך געבען פאר זיך און זיינע קינדער צו עסען!!
איך מוז מיט אים האנדלען אויף א כיטרע וועג, און אים צורעדען דורך שווינדלעריי, אפשר וועט מיר געלונגען אזוי אים צו באזיגען, און איך וועל אזוי אראפווארפען זיין שווערע יאך פין מיין האלז, פירט אויס דער פוקס.
צומארגענס און דער פוקס געקומען באזוכען דער לעמפערט אין זיין שטוב, פרעגט אים דער לעמפערט, פין וואנעט קומט א פוקס? ענטפערט דער פוקס, פין א ווינדערליכע שיינע גוטע פלאץ, א פלאץ פין גערטנער און וויינגערטנער, רויזען און הדסים, ווידער און ציגען. זאגט דער לעמפערט מיט אימפעט, ווייז מיר עס ביטע, מיט פארגעניגען ענטפערט דער פוקס, און דער פוקס האט געפירט דער לעמפערט צו דער הערליכער פלאץ, דער לעמעפרט איז נישט בייגעפאלען אז ער טרעט אריין אין א סכנה. דער לעמפערט דערזעהנדיג דער שיינקייט מיט די גערטנער און שמעקידיגער בשמים און אלע בהמות, האט זיך גאר דערפרייט אויף דער גן עדן, און געזאגט איך וועל מיר גיין איבערעדען מיט מיין ווייב!
דער פוקס האט פין דעם גאר מורא געהאט, ווייל דער לעמפערטס ווייב איז געוועהן גאר א מוחכמת, האט ער געזאגט צום לעמפערט, לעמפערט לעבען, מען דארף זיך גאר שטארק אנהיטען פין פרויען'ס עצות, עס ברענגט נאר שוועריקייטען און עגמת נפש, א קלוגער מענטש הערט זיך נישט צו קיין פרויען, זייער דעת איז אויף זיי גרינג!!
זאגט דער לעמפערט, עס איז אמת וואס די זאגסט, ווייל צומאל טאקע מאכט זי פין ביטער זיס, און פין זיס ביטער, פין קליינע זאכען מאכט זי א גרויסע זאך, און א אמת'ע גרויסע פראבלעם מאכט זיך אוועק. אבער אפילו אזוי, וועל איך זי דאך פרעגען, און טאמער וועט זיך מיר אפהאלטען וועל איך צו עצה נישט צוהערען!
דער לעמפערט איז אהיים געגאנגען צופרידען און פריילעך, פרעגט אים זיין ווייב, וואס איז דאס דער שמחה? זאגט ער, מיין חבר דער פוקס האט מיר געוויזען א רואיגער גרויסער פלאץ, און איך קלער פין זיך דארט אריבער ציען! זאגט דער ווייב, היט דיר פין דער פוקס! ער זאגט דיר עצות וואס זענען גוט פאר אים! דער שלאנג און דער פוקס זענען די נידריגסטע בהמות! האסט אוודאי געהערט וואס דער שלאנג האט געטוהן צו אדם און חוה, ווי ער האט זיי מיט זיין צורעדען געברענגט צו די טויערען פין טויט! און זיין ווייב איז ממשיך, האסט אוודאי געהערט די מעשה וואס איז געשעהן צו דער לייב, וויאזוי דער פוקס האט אים געטויטעט? (דער מעשה וועלען מיר ברענגען באזונדער א.ת.)
דער לעמפערט האט זיך אומגעקערט צו דער פוקס, הערט זיך צו ר' פוקס, ביסט גערעכט געוועהן, מיין ווייב וויל טאקע נישט גיין נאך מיר, זאגט אים דער פוקס, איך האב מורא פאר דיר! איך וועל דיר פארציילען אפאר מעשיות וואס איז געשעהן צו די וואס האבען זיך צוגעהערט צו זייער ווייב! (דער פוקס האט פארציילט פיר מעשיות וואס מיר וועלען ברענגער באזונדער, א.ת.). דער לעמפערט האט זיך צוריקגעקערט צו זיין ווייב מיט א גרימצארן, און אנגעווארפען אויף זיין ווייב א פחד און א שרעק, און געזאגט, גיי ארויס פין דער פלאץ אזויווי איך האב דיר געזאגט, און אויב נישט, נעם איך דיין קאפ אראפ!!. און דער לעמפערט מיט זיין ווייב און קינדער האבען געמופט פין זייער ארט, און דער פוקס האט זיין געפירט אין וועג אריין. און זיי זענען אנגעקומען צו דער נייע ארט פין מיט טייכען, און זיי האבען דארט געוואוינט נעבען די וואסערען, און דער פוקס האט זיי געבענטשט און איז אהיימגעגאנגען זעהנדיג אז זיין פלאן איז געווארען אויסגעפירט.
נאך א וואך צייט, איז געפאלען א רעגען און די טייכען האבען זיך איבערגעפילט, און מיטען די נאכט ווען דער לעמפערט אין די הויזגעזינד זענען געשלאפען רואיג, האבען זיך די וואסערען געשטארקט און די טייך האט זיי ארום גענומען מיט א שנעלקייט, און דער לעמפערט האט זינגענדיג אויס געשריגען, "וויי איז פאר דער וואס געלייבט אין א פוקס און זיינע עצות און הערט נישט צו זיין ווייב" און דער לעמפערט איז געשטארבען.

השלמות וועלען בעזה"י נאכקומען.[/justify]
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר