בלאט 1 פון 2

איך האב אמאל געמיינט.....

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:48 pm
דורך ישן מלא חדש
איך האב אמאל געמיינט....

הזינגער הידוע מוטי אילאוויטש אין זיין נייע סידי רעיונות האט א ניגון וואס רופט זיך געמיינט ווי ער לייגט זייער שיין אראפ זאכן וואס אין די עלטערע יארן אנערקענט מען אנדערש ווי אין די יונגע יארן.

א יעדער פארשטייט אז א ניגון וואס מען געבט ארויס פאר כלל ישראל טראכט מען שטארק וועלכע משלים אריין צו לייגן כדי נישט צו זיין אויף די קומענדיגע קול קורא צעטלעך אדער אויפן צונג פון די שווארץ קוקער'ס.

דא האט איר א ליסט פון זאכן וואס איך האב אמאל געמיינט וואס איך גלייב אז אפילו עס גייט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע וואלט זיך מוטי נישט דערוואגט עס צו זינגען.

אז א רבי איז א מורה דרך.
אז מיינע מלמדים זענען אייביג גערעכט.
אז אין מקוה ווערט מען נאר ריין.
אז מנהלי המוסדות זענען עוסק לשם שמים.
אז א רבי איז א ערלטערע אויס-געהארוועטע יוד.


וכל המוסיף מוסיפין לו:

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

Re: איך האב אמאל געמיינט.....

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:30 pm
דורך ישן מלא חדש
אז זונטאג דארף מען נישט ארבייטן.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:47 pm
דורך קאצקע ציקער
אז ווייטאג איז א פיזיקל זאך

Re: איך האב אמאל געמיינט.....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:42 am
דורך פאליטיקאנט
אז חברים (לייען: מענטשן פאר וועם איך האב זיך פערזענליך איינגעשטעלט כמה פעמים) וועלן זיך אננעמען פאר מיך ברגע האמת.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 8:53 am
דורך במדבר
איך האב אמאל געמיינט..... אז דארוך לעבן פארמיידט מען די טויט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 11:28 am
דורך [NAMELESS]
אז דער רמח״ל האט געהאט א שני ווייסע לאנגע בארד און דער אריה״ק א שטראלנדער אכציג יעריגע צורה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 4:42 pm
דורך חתן בחור
אז מ׳בעט עכט פון באשעפער העלפט ער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:28 pm
דורך עמון
אז קאווע שטיבל האט עכטע תקנות מיט יושר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 7:01 pm
דורך קאצקע ציקער
אז איי וועלט מעקט נאר לשון הרע און רכילות

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:32 pm
דורך ארי נוהם
עמון האט געשריבן:אז קאווע שטיבל האט עכטע תקנות מיט יושר

און איך האב אמאל געמיינט, אז מחמת תקנות ויושר וועט מען אויסשפארן מנשה לוסטיגע משוגענער מיט אלע זיינע שלל ניקס, און צום סוף האט מען יעדעס מאל רחמנות אויף אים שלא כיושר, און טראץ די תקנות פון אויסשפארן א טראלל לעד ולעולמי עולמים, לאזט מען שטענדיג איבער עטליכע פון זיינע אנדערע ניקס צו קענען ווייטער ארומטראלן.


און ווער ס'פארשטייט, פארשטייט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:36 pm
דורך עמון
ארי נוהם האט געשריבן:
עמון האט געשריבן:אז קאווע שטיבל האט עכטע תקנות מיט יושר

און איך האב אמאל געמיינט, אז מחמת תקנות ויושר וועט מען אויסשפארן מנשה לוסטיגע משוגענער מיט אלע זיינע שלל ניקס, און צום סוף האט מען יעדעס מאל רחמנות אויף אים שלא כיושר, און טראץ די תקנות פון אויסשפארן א טראלל לעד ולעולמי עולמים, לאזט מען שטענדיג איבער עטליכע פון זיינע אנדערע ניקס צו קענען ווייטער ארומטראלן.


און ווער ס'פארשטייט, פארשטייט.

לאמיר זען שפאר אויס אלע זיינע ניקס! און וועל מער זען אויב דו ביסט באלעבוס אויף עהם. דו פלאצט ווי א סוטה, און זאגן זאגסטו אז דו ווייסט וועלכע ניקס זענען זיינע.

קענסט איין זאך טון, רעדן שיין צו עהם, ווייל ווילד קען ער בעסער, פאר ווער ס'קען עהם פערזענליך.
און טאמער נישט, האסטו נאך איין ברירה, נישט אנצונעמען מער 'לעולמי עד' קיין נייע ניקס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:43 pm
דורך קאצקע ציקער
אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 7:42 am
דורך אישתישבי
אז ווען איך וועל עלטער ווערען וועל איך פארשטיין,

דערווייל,

זענען די קשיות געווארן תירוצים.

Re: איך האב אמאל געמיינט.....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 4:50 pm
דורך עוקר הרים
אז ס'איז דא זאכען אין לעבען וואס גייען מיך געבען סיפוק.........

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:13 pm
דורך צדיק-הדור
אז דער בע"ש הק' האט געהאט א בית מדרש מיט טויזענטער חסידים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:55 pm
דורך אישתישבי
אז גרויס מיינט האבן אסאך חסידים,

אופס, איך מיין ער זאגט דאס.

Re: איך האב אמאל געמיינט.....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:52 am
דורך חתן בחור
קאצקע ציקער האט געשריבן:אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך
זיי מסביר ביטע.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 9:18 am
דורך כרם זית
אז מוסר הערט מען פון רבנים,
און ווערטלעך פון בדחנים.
דערווייל איז עס נתחלפו השיטות,
אוי וויי ס'גרויסע בישעס!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:32 am
דורך מי אני
חתן בחור האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך
זיי מסביר ביטע.

לכאורה מיינט מען צו זאגן די קאלאריק טעאריע פון היץ. דהיינו אז מ'האט געמיינט אז "היץ" איז אזא סארט גאז ממש, וואס מ'האט גערופן "קאלאריק", וואס דאס טוהט גורם זיין היץ (לעומת סתם ענערגיע). מ'האט געזאגט אז עס וועגט גארנישט און גייט פון ווארעם צו קאלט.

(ועיין כאן.)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:42 am
דורך [NAMELESS]
אז וויליאמסבורג איז א פרומע שטאט און ב''פ א מאדערנע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:18 pm
דורך כרם זית
אז הלכה איז גוט, און חומרות בעסער,
דערווייל אבער ארבעטן נישט די איבריגע שלעסער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 8:56 am
דורך אישתישבי
מי אני האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:אז קאלט און ווארעם איז א פיזיקל זאך
זיי מסביר ביטע.

לכאורה מיינט מען צו זאגן די קאלאריק טעאריע פון היץ. דהיינו אז מ'האט געמיינט אז "היץ" איז אזא סארט גאז ממש, וואס מ'האט גערופן "קאלאריק", וואס דאס טוהט גורם זיין היץ (לעומת סתם ענערגיע). מ'האט געזאגט אז עס וועגט גארנישט און גייט פון ווארעם צו קאלט.

(ועיין כאן.)


נישט אין דיין וויסטען חלום.

א איד גיבט שלום עליכם מיט א שיינע ווארימע שמייכעל, אדער מיט קאלטע ווייטע אויגען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 11:05 am
דורך צדיק-הדור
אז די אלע וועליכע שרייען שאאאאבעעעססס מייענען עס ערענסט