בלאט 1 פון 1

א שרעקליכער וויי געשריי. השגחה פרטית, אדער פשוט אזוי געשען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:43 am
דורך מיינונגזאגער
איך האב געשריבען אן ארטיקל צו ענטפערן א תגובה. אריין געארבעט אין דעם ארטיקל איבער א שעה. קיין איין טעות נישט געהאט כדי עס זאל זיין באטעמט צו ליינען, די מראה מקומות מיט די ראונות אליינד. אראפ געריסען, און געשעצט דעם און יענעם. בקיצער א ריעל קאלארפול ארטיקל. לשון הרע, ליצנות. (נישט קיין ניוול)
גאר געשמאק, ביים דריקן 'שיק' האט זיך די פאון פלוצלינג פארמאכט והארטיקל איננו כי לקח אותו אלקים.

געב איך מיר א טראכט, איך האב אין די ארטיקעל ארויס געברעגט א מדה מגונה פון גאר א גרויסען אדמור מיט אלע קאלירן, און מאידך גיסא ארויס געברענגט די קאנטראסט פון א צווייטער אדמור. (גראדע נישט קיין בר פלוגתא), אבער די מדה מגונה האט געשריגן פון זיך אליינס.
איז יעצט מיין חקירה אזוי צו איז עס א מופת פון די אראפגעריסענער אדמו"ר, און די השגחה עליונה האט נישט געלאזט די ספעציפישער ארטיקל ארויסקומען לאור עולם, אדער ניין, טעכנאלאגישע גליטשעס איז קאמען, און עס האט פאסירט.

(ברענגט מיר נישט צו די בלעטל מיטן בעש"ט מיט די השגחה פרטית ביטע).

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:48 am
דורך [NAMELESS]
ס'טוהט מיר וויי צו הערן.
איך מיין אז ס'איז די שטן וואס שטערט א גוטע זאך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:51 am
דורך מיינונגזאגער
חתם סופר וועט אייביג האבן א גוטע טוויסט און חידוש.
אלל דזשאוקס עסייד, דיס איז נאו דזשאוק. זייער שווער געארבעט גענוצט מיין בעסטע גראמאטיק פאר די ארטיקל וואס האט געדאפרט באלייכטן די וועלט. קיינמאל נאך נישט געהאט אזא מעשה, פלאי פלאים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:53 am
דורך [NAMELESS]
:oops:

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:48 am
דורך בת קול
שוין געהאט צענדליגע מאל אויף אנדערער אויפנים.
אויף דעם סייט איז דא דעם קנעפל פון ״אפהיטן אלץ דראפט״, און איך האב זיך אויסגעלערנט צו באניצן דערמיט ביים שרייבן לענגערע תגובות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:22 am
דורך פאליטיקאנט
בעפאר איך דרוק שיק, טו איך קאפיען די תגובה, עס נעמט ליטערעלי א רגע אבער עס פארמיידט אסאך עגמת נפש יעדע שטיק צייט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:25 am
דורך א חסיד פון ווילנא
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך האב געשריבען אן ארטיקעל צו ענטפערן א תגובה. אריין געארבעט אין דעם ארטעקל איבער א שעה. קיין איין טעות נישט געהאט כדי עס זאל זיין באטעמט צו ליינען, די מראה מקומות מיט די ראונות אליינד. אראפ געריסען, און געשעצט דעם און יענעם. בקיצער א ריעל קאלאפול ארטיקעל. לשון הרע, ליצנות. (נישט קיין ניוול)
גאר געשמאק, ביים דריקען שיק האט זיך די פוין פליצלינג פארמאכט והארטיקעל איננו כי לקח אותו אלוקים.

געב איך מיר א טראכט, איך האב אין די ארטיקעל ארויס געברעגט א מדה מגונה פון גאר א גרויסען אדמור מיט אלע קאלירן, און מאידך גיסא ארויס געברענגט די קאנטראסט פון א צווייטער אדמור. (גראדע נישט קיין בר פלוגתא) אבער די מדה מגונה האט געשריגען פון זיך אליינס.
איז יעצט מיין חקירה אזוי צו איז עס א מופת פון די אראפ געקיסנער אדמור, און די השגחה עליונה האט נישט געלאזט די ספעציפישער ארטיקעל ארויס קומען לאור עולם, אדער ניין טעכנילאגישע גליטשעס איז קאמען. און עס האט פאסירט.

(ברענגט מיר נישט צו די בלעטעל מיטן בעש״ט מיט די השגחה פרטיות ביטע.)

ווענדט זיך ווער די אדמורי"ם זענען, און יעדער וועט זאגן לויט זיין מיינונג אויף יענעם
קען זיין אז גוטס טאר מען אויך נישט שרייבן ווייל מתוך שבחו בא לידי גנותו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:37 am
דורך מיינונגזאגער
א ווילנער גאונות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:08 pm
דורך אונטער חכם
אזוי ווי ר' אביגדור מילער האט געענטפערט פאר דעם וואס האט פארלוירן זיינע שליסלעך, דער רמז פון הימל איז אז ער דארף בעסער וואטשן זיינע שליסלעך. לענינו, דער רמז איז אז א געהעריגע ארטיקל שרייבט מען נאר אויף א פראגראם מיט Autosave.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:44 pm
דורך אישתישבי
ביי מיר גראדע, טאמער דער פעידזש גייט אוועק, ווען איך קום צוריק איז דער גאנצע תגובה נאך דארט.

אפשר האט עס מיט א סעטינג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:11 pm
דורך ישעיה
בדומה לדברי אישתשבי
פרוביר צו זיכן דעם דרעפט אין דעם בראוזער'ס היסטארי, אולי ירחם

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:26 pm
דורך שמעי'
אלס חסיד פון דעם אדמו"ר וואס דו האסט משבח געווען וואלט איך לכאורה געזאגט אז גוטע זאכן קומען אן שווער, און ס'איז מעשה שטן.
ודו"ק.

Re: א שרעקליכער וויי געשריי. השגחה פרטית, אדער פשוט אזוי געש

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:32 pm
דורך מיינונגזאגער
ישעיה האט געשריבן:בדומה לדברי אישתשבי
פרוביר צו זיכן דעם דרעפט אין דעם בראוזער'ס היסטארי, אולי ירחם
נישטא, נצחו אראלו המציקים.
מיר וועלן פרובירן און אריין גיין אין די מאוד וואס מיר זענען געווען ווען די דברות קודש זענען געשריבן געווארן, און שיין איבער שרייבן נאך שענער ווי פריער.


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: א שרעקליכער וויי געשריי. השגחה פרטית, אדער פשוט אזוי געש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:08 am
דורך חתן בחור
נאך אן עצה וויאזוי צו פארמיידען די טעקסט זאל פארלוירען גיין:

https://www.raymond.cc/blog/saving-what-you-typed-in-firefox-or-wordpress-locally-to-your-compouter/

א שרעקליכער וויי געשריי. השגחה פרטית, אדער פשוט אזוי געשען?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:05 am
דורך מיינונגזאגער
חתן בחור האט געשריבן:נאך אן עצה וויאזוי צו פארמיידען די טעקסט זאל פארלוירען גיין:

https://www.raymond.cc/blog/saving-what-you-typed-in-firefox-or-wordpress-locally-to-your-compouter/
ישר כח. דאס ארבעט אויף איי פאון אויכעט ?


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: א שרעקליכער וויי געשריי. השגחה פרטית, אדער פשוט אזוי געש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2020 5:26 am
דורך חתן בחור
פראביר עס. אויב עס ארבייט נישט אין סאַפאַרי פראביר קראום.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:24 pm
דורך מנחם ציון
מיינונגזאגער האט געשריבן:א ווילנער גאונות.

א ווילדער גאונות

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:26 pm
דורך מנחם ציון
איך פערזענליך שרייב מיינע לענגערע תגובות אויף גוגל דאקס.
פשוט ווייל איך איך וויל דאס סעיוון פאר מיר, ווי אויך וועגן די, און אנדערע פראבלעמען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:25 am
דורך שמעקעדיג
מיינונגזאגער האט געשריבן:מיר וועלן פרובירן און אריין גיין אין די מאוד וואס מיר זענען געווען ווען די דברות קודש זענען געשריבן געווארן, און שיין איבערשרייבן נאך שענער ווי פריער.

ווען מיינסטו וועט דאס זיין ארויסגעשטעלט להנאת הקוראים?

Re: א שרעקליכער וויי געשריי. השגחה פרטית, אדער פשוט אזוי געש

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:13 am
דורך מיינונגזאגער
שמעקעדיג האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:מיר וועלן פרובירן און אריין גיין אין די מאוד וואס מיר זענען געווען ווען די דברות קודש זענען געשריבן געווארן, און שיין איבערשרייבן נאך שענער ווי פריער.

ווען מיינסטו וועט דאס זיין ארויסגעשטעלט להנאת הקוראים?
עס וועט זיין, די מאמענטום דארפן זיין דא. איך ווארט אויף די מינוט דאן וחעט עס זיין שענער און בעסער

Sent from my SM-T867V using Tapatalk