נבואות אויפן ינוקא - סאדיגורא
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:38 pm
אזוי ווי עס קומט אויף א נייער רבי אויפן מארקעט, א ינוקא, וואס וועט האבן די זכיה צו זיין א לאנגע צייט אויפן בענקל און פירן א ווירטשאפט, איז די אויגן פון יעדן איינעם געוואנדן אצינד צו אים, צו זען וואס גייט דארט זיין, וויפיל גייט ער מצליח זיין און ווי אזוי עס וועט זיך אויסשטעלן דאס פלאץ און די רבי'סטעווע.
דעריבער איז די צייט דא, פאר יעדן איינעם צו זאגן נביאות, און פאראויס שאצן וואס גייט דארט פאסירן. די מטרה דערפון איז, אז אין צען יאר ארום, זאל מען צוריק אויפברענגען דעם אשכול (אויב קאווע שטיבל וועט נאך דעמאלס לעבן...), און זען ווער עס האט באוויזן ריכטיג פאראויס צו שאצן דער מצב אין סאדיגורא.
...
איך וועל אנהויבן:
לדעתי, דער ינוקא וועט אויפוואקסן א בולי ווי ס'דארף צו זיין... ער גייט האבן גאטס צו שטויסן און שלאגן וועמען עס שטייט אים אין וועג, גייט האלטן זיין דעה מיט א פעסטקייט און זאגן קלאר וואס ער האלט. ער וועט זיך נישט אפהאלטן פון קריטיקירן די גרעסטע און שטערקסטע מנהיגי ישראל, נישט מורא האבנדיג פאר קאנצעקווענצן. די חסידים וועלן גיין פאר אים אין פייער, האלטנדיג זיך שטאלץ צו האבן א יונגן שנוק וואס שרעקט זיך נישט פון די גרעסטע לייבן. ער וועט זיין א געזונטער מחוצף, פון די אנדערע זייט וועט ער פעסט בויען זיין פלאץ און בויען די שטאלץ פון סאדיגורא, אבער עס וועט מוזן קומען מיט א פרייז, פון וויי טון עטליכע אידן אין הויף אליין, שטויסן און בריקעווען גבאים ומשרתים, צווישן זיי די וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר אים און אים באדינט, ער וועט טוישן פאזיציעס אין הויף און פטור ווערן פון די וועמען ער האט א קלער אז זיי קענען אים שטיין אין וועג.
מיט זיין עלטערע ברודער וועט ער זיך גראדע יא גוט לעבן, אפשר נישט פון אנהויב (און אפשר יא), אבער מיט די צייט וועט זיין קאלט-ווארעמע באציאונגען צווישן זיי, ס'וועט האבן אפס און דאונס, אבער מער-ווייניגער וועט זיין בסדר, היטנדיג איינער אויפן אנדערנ'ס כבוד.
בנוגע דער עלטערער: ער וועט זיך רואיג און שטיל בויען א הויף. ער וועט יא מצליח זיין, סלאולי באט שארלי, און וועט זוכה זיין צו אנערקענונג בבתי גדולי ישראל און ער וועט פאררעכנט ווערן אלס איינע פון די פירנדע מנהיגים ביי כלל-ישראל. ער וועט טאקע נישט זיין דער צענטראלער סאדיגורער רבי, און זיין הויף וועט זיכער זיין קלענער ווי דער צענטראלער הויף, אבער צום סוף וועט ער אוועקשטעלן אן איידעלע געשמאקע הויף מיט חסידים ואנשי מעשה, נאר בשעת דער יונגערער וועט האבן שווענץ וואס וועלן זיך שטיפן און האקן שטיקער וואו ער גייט נאר, וועט דער עלטערער האבן מער באזעסענע רואיגע חסידים. דער יונגערער וועט ציען מער צו רעכטס און מער חניוקי'ש, אבער גלייכצייטיג אנהאלטן דעם מלכות'דיגן רוז'ענער פראכט, דער עלטערער וועט ציען מער ליבעראל, אבער אויך האלטן דעם חסידי'שן דמות. איך וואלט זיך אויך ערלויבט צו קלערן, אז דער עלטערער וועט זיך ארויסשטעלן אלס מער בקי במנהגי וסיפורי רוז'ין, בשעת דער יונגערער וועט זיין באקאנט מער פאר זיינע שטיק און וועלן פירן די וועלט.
עפעס אזוי...
יעדער קען צולייגן און שרייבן וואס ער קלערט ווי אזוי עס וועט זיך ארויסשטעלן.