בלאט 1 פון 2
שטותים פין רעיונות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 1:07 am
דורך אישתישבי
דער נייער סידי איז גאר שיין, סיי דער זינגער איז גאר טאלאנטפול, און סיי די גראמען זענען גאר שיין.
אבער, ער זאגט דארט אפאר שטותים, גראדע מער ווי אפאר, אסאך שטותים צו זיין עקזאקט.
איך ברענג אפאר, דער עולם ווערן געבעטן צולייגען נאך
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 1:11 am
דורך אישתישבי
אין דער מייסטערהאפטיגע ניגון, הכרת הטוב,
א. צוואנציג טויזענט ניי געבוירענע שטארבן א טאג.
ב. צוויי ביליאן מענטשן האבן נישט קיין לויפידיגע וואסער אין שטוב.
ג. איך האב באצאלט געלט פאר זיין סידי.(לול).
ועוד.
ד. עס זיצט א מלאך און דרימעלט. (העלא, מלאכים שלאפן נישט).
אין דער ניגון אידישע תאוות.
א. מוצאי שבת צוזאמען לייגן דער טלית און טוהן עפעס פאר שלום בית. (וואט דער העק).
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:31 pm
דורך מנחם ציון
ער האט זייער א קריעטיווע וועג פון מאכן ניגונים, אבער האט נאך אלס נישט דעם רייכן פאעטישער טאטש, פון נישט ניצן פראסטע ווערטער.
איך וואלט אים קיינמאל נישט גערופן פאעט. א גראמער? דאס יא, און א גוטע גראמער, אבער ווייט פון א פאעט
נעם למשל דעם "איך האב אמאל געמיינט", דער געדאנק איז רייך פאעטיש, אבער די ווערטער וואס ער ניצט איז לויז אין קינדעריש
ויו"ט ערליך יוכיח וואס מיינט א פאעט און וואס מיינט א ריכטיג שטיקל פאעזיע
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:16 pm
דורך אישתישבי
אינטרעסאנט.
קענסט אנגעבן דוגמאות?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:ער האט זייער א קריעטיווע וועג פון מאכן ניגונים, אבער האט נאך אלס נישט דעם רייכן פאעטישער טאטש, פון נישט ניצן פראסטע ווערטער.
איך וואלט אים קיינמאל נישט גערופן פאעט. א גראמער? דאס יא, און א גוטע גראמער, אבער ווייט פון א פאעט
נעם למשל דעם "איך האב אמאל געמיינט", דער געדאנק איז רייך פאעטיש, אבער די ווערטער וואס ער ניצט איז לויז אין קינדעריש
ויו"ט ערליך יוכיח וואס מיינט א פאעט און וואס מיינט א ריכטיג שטיקל פאעזיע
זייער קלאר ארויסגעברענגט.
Re: שטותים פין רעיונות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 9:01 pm
דורך עוקר הרים
אישתישבי האט געשריבן:אין דער מייסטערהאפטיגע ניגון, הכרת הטוב,
א. צוואנציג טויזענט ניי געבוירענע שטארבן א טאג.
ב. צוויי ביליאן מענטשן האבן נישט קיין לויפידיגע וואסער אין שטוב.
ג. איך האב באצאלט געלט פאר זיין סידי.(לול).
ועוד.
ד. עס זיצט א מלאך און דרימעלט. (העלא, מלאכים שלאפן נישט).
אין דער ניגון אידישע תאוות.
א. מוצאי שבת צוזאמען לייגן דער טלית און טוהן עפעס פאר שלום בית. (וואט דער העק).
גוגל טענהט אז ס'איז אמת

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:36 pm
דורך מנחם ציון
אישתישבי האט געשריבן:אינטרעסאנט.
קענסט אנגעבן דוגמאות?
איך האב נישט דאס ביכל פארנט פון מיר, און אויסהערן יעצט איז אויך נישט שייך
אבער הער אויס ביידע פון די אויבן דערמאנטע וועסטו כאפן, צו בארשט ברויך מען קיין ציין
(ווי א שוואכע קוואליטעט פון קלארקייט ר' יו"ט זאכן זאלן נאר נישט זיין, קען איך זיי הערן נאן סטאפ, און ניין, איך בין נישט געווען געבוירן ווען ער איז אוועק)
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 9:07 am
דורך אישתישבי
דער ווונדערליכע מעשה מיט דער מנחת אלעזר און זיין אייניקעל הערשעלע, איז גאר אינטערעסאנט. הערשעלע האט דאמאלטס נישט געקענט זיין אפילו קיין דריי יאר אלט. אין דער סידי עויםה שטייט אז הערשעלע פלעגט עס אליין פארציילן.
בדרך אגב, אין דער בוך פין א שוועסטער פין ר' ברוך (א גאר אינטערעסאנטער ביכל) שטייט אז ווען מען האט פארטריבן ר' ברוך קען פוילן אנהייב די מלחמה, האט מען מיט געטריבן דער קליינע הערשעלע. דעמאלס איז פוילין געוועהן אנהייב מלחמה, מיט די געטאס, און ווען מען האט צום סוף צוריק געלאזט ר' ברוך קיין מונקאטש, איז דער הערשעלע נישט געוועהן מער די זעלבע. דער טראמא פין וואס דער קליינער האט געזעהן אין פוילין האט געהאט א אייביגע עפעקט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 9:12 am
דורך אישתישבי
עוקר הרים האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אין דער מייסטערהאפטיגע ניגון, הכרת הטוב,
א. צוואנציג טויזענט ניי געבוירענע שטארבן א טאג.
ב. צוויי ביליאן מענטשן האבן נישט קיין לויפידיגע וואסער אין שטוב.
ג. איך האב באצאלט געלט פאר זיין סידי.(לול).
ועוד.
ד. עס זיצט א מלאך און דרימעלט. (העלא, מלאכים שלאפן נישט).
אין דער ניגון אידישע תאוות.
א. מוצאי שבת צוזאמען לייגן דער טלית און טוהן עפעס פאר שלום בית. (וואט דער העק).
גוגל טענהט אז ס'איז אמת

https://www.cdc.gov/healthywater/global ... ation%2015.
והאיך יתקיימו שניהם?
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:41 am
דורך פערינא
מיכאל שניצלער דרייט זיך איבער אינטער זיין דאכענע פאר זיינע ליריקס פון זיין אינגערע יארן, ס'וואלט געווען קליג פון אים זיך דורכרעדן צו רעדן מיט עלטערע זינגערס פאר אריינלייגען אזוינע קאנטערווערסיאלע ווערטער וועגן אפאר ביליאן מענטשען, ספעציעל היינטיגע צייט מיט א אפענע וועלט.
די גוי האט נאר שמוציגע תאוות "נידריג מיעוס און טרייף"? אפשר די רוסישער פויער?
מ'קען זינגען די זעלבע מעסעדזש אביסל מער דיפלאמאטיש
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:30 pm
דורך [NAMELESS]
בכלל דער אלטער אויסגעדראשענער שלאג ווארט פון 'וואס פארשטייט א גוי' קען אזוי נישט ריכטיג אויסגעטייטשט ווערן, און פארגעסט נישט אז ערגעצוואו אינעם אלבום זינגט ער אז ער האט געמיינט אז אין 2020 וועט די וועלט איינזען אז עס איז פאנאטיש פיינט צו האבן אידן...
ווען ער פרעדיגט שנאה אויפן פארקערטן ריכטונג ווערט אומפארשטענדליך זיינע אפיציעלע שטעלונגען און פאדערונגן פון די וועלט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 4:44 pm
דורך אישתישבי
אבער א גוי פארשטייט טאקע נישט דער תאווה פין מאכען קידוש אינמיטען ליינען.
אינטרעסאנט, ער האט אינגאנצן פארגעסן פין דער תאווה פין סקיפען תחנון שני וחמישי.
Re: שטותים פין רעיונות
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 5:28 pm
דורך פאליטיקאנט
מאך זיכער האט געשריבן:בכלל דער אלטער אויסגעדראשענער שלאג ווארט פון 'וואס פארשטייט א גוי' קען אזוי נישט ריכטיג אויסגעטייטשט ווערן, און פארגעסט נישט אז ערגעצוואו אינעם אלבום זינגט ער אז ער האט געמיינט אז אין 2020 וועט די וועלט איינזען אז עס איז פאנאטיש פיינט צו האבן אידן...
ווען ער פרעדיגט שנאה אויפן פארקערטן ריכטונג ווערט אומפארשטענדליך זיינע אפיציעלע שטעלונגען און פאדערונגן פון די וועלט.
מיר האט עס אויך געשטערט, און כ'האב אפי' געטראכט צו שרייבן אן 'אפענע בריוו' צו מאטי אילאוויטש....
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:28 pm
דורך [NAMELESS]
פאליטיקאנט האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:בכלל דער אלטער אויסגעדראשענער שלאג ווארט פון 'וואס פארשטייט א גוי' קען אזוי נישט ריכטיג אויסגעטייטשט ווערן, און פארגעסט נישט אז ערגעצוואו אינעם אלבום זינגט ער אז ער האט געמיינט אז אין 2020 וועט די וועלט איינזען אז עס איז פאנאטיש פיינט צו האבן אידן...
ווען ער פרעדיגט שנאה אויפן פארקערטן ריכטונג ווערט אומפארשטענדליך זיינע אפיציעלע שטעלונגען און פאדערונגן פון די וועלט.
מיר האט עס אויך געשטערט, און כ'האב אפי' געטראכט צו שרייבן אן 'אפענע בריוו' צו מאטי אילאוויטש....
ער רעדט אזוי אפן און גראב די שטירן אפפאל פון אז ׳א תאוה פון א גוי איז מיאוס וכו׳ עס איז אבסורד צו זען איינעם ארויסגעבן א מאדערנער אלבום מיט אזוינע פאנאטישע און פרימיטיווע אינהאלט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:56 pm
דורך אישתישבי
גראדע שטערט עס מיר בכלל נישט.
עס איז אמת, פארפאלען, ווען מען רעדט פין אונזערע אידן, זענען אונז בעסער פין דער געווענליכע גוי וואס האט נידריגער תאוות, אונזערע תאוות זענען בעסער און איידעלער. אוודאי איז עס נישט א כלל און עס איז דא אסאך אידן וואס האבן ערגערע תאוות, און אסאך גוים וואס האבן נישט אונזערע תאוות בכלל, זיי מאכן בכלל נישט קידוש אינמיטען זייער ליינען וכו', אבער אונז זענען מיר נישטא צו שטיפען אונזערע חסרונות. אויב זיי ווילען זאגן אז אונז אידן האבן א תאוות הממון, און עס איז גראדע אמת, אדער אז אונז פייטען מער, וואס איז אויך אמת, שיהיה, וואס איז אמת איז אמת, פארפאלען.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 1:15 pm
דורך מנחם ציון
מאך זיכער האט געשריבן:ער רעדט אזוי אפן און גראב די שטירן אפפאל פון אז ׳א תאוה פון א גוי איז מיאוס וכו׳ עס איז אבסורד צו זען איינעם ארויסגעבן א מאדערנער אלבום מיט אזוינע פאנאטישע און פרימיטיווע אינהאלט.
איך פארשטיי אים, ער ברויך קעיטערן א געוויסע שיכט
קענסט מיר גלייבן אז ער האלט זילטש פון דיזע סטעיטמענטס
(א בחינה, ווי אסאך פון אונז ווען זיי שרייבן אויף אייוועלט זענען זיי שטארק פאראייוועלטעט, ווייל מ'ברויך זיך צושטעלן צום רוח המקום פרעג נישט פארוואס טאקע.. דאס איז א נושא פאר זיך, און מ'ארבעט דערויף)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 5:09 am
דורך טאמבל סאס
א בארינג סידי. יעדע ניגון סאונדט די זעלבע. נישט ווערט צורעדן דערפון.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:09 pm
דורך גאנצל
טאמבל סאס האט געשריבן:א בארינג סידי. יעדע ניגון סאונדט די זעלבע. נישט ווערט צורעדן דערפון.
וואס פארשטייט א טאמבול סאוס........
גראדע גאר א הערליכע סידי יעדע נגון פאר זיך
זיין תוכן איז היבש די זעלבע
Re: שטותים פין רעיונות
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:36 pm
דורך יהודי פשוט
מנחם ציון האט געשריבן:ווי אסאך פון אונז ווען זיי שרייבן אויף אייוועלט זענען זיי שטארק פאראייוועלטעט, ווייל מ'ברויך זיך צושטעלן צום רוח המקום פרעג נישט פארוואס טאקע..
וויל איך נישט עכט פארדרייען די נושא דא פון מאטי'ס סידי, אבער....
פונקט ווי דו פארשטייסט אז אסאך פון דא וואס שרייבן אויף אייוועלט און זיי ווערן דארט פאראייוועלטעט, אזוי איז דא אסאך וואס ווען זיי שרייבן דא ווערן זיי פארקאווע-שטיבלט, זעה איך נישט וואס די חילוק איז
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:24 pm
דורך מנחם ציון
איך האב געמיינט צו זאגן אז ער שטעלט זיך צו צום מקום און אודיענס אאין הכי נמי ס'גייט אויף ביידע וועגן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:17 pm
דורך דערוועקט
וואסי שייך צו שפעקולירן, עס איז באשיינפערליך נישט געווארן ארויסגעגעבן פאר מענטשן וואס טראכטן, ליינט דעם דיסקלעימער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:ער רעדט אזוי אפן און גראב די שטירן אפפאל פון אז ׳א תאוה פון א גוי איז מיאוס וכו׳ עס איז אבסורד צו זען איינעם ארויסגעבן א מאדערנער אלבום מיט אזוינע פאנאטישע און פרימיטיווע אינהאלט.
איך פארשטיי אים, ער ברויך קעיטערן א געוויסע שיכט
קענסט מיר גלייבן אז ער האלט זילטש פון דיזע סטעיטמענטס
(א בחינה, ווי אסאך פון אונז ווען זיי שרייבן אויף אייוועלט זענען זיי שטארק פאראייוועלטעט, ווייל מ'ברויך זיך צושטעלן צום רוח המקום פרעג נישט פארוואס טאקע.. דאס איז א נושא פאר זיך, און מ'ארבעט דערויף)
עס איז נישט קיין תירוץ, קודם כל די זאצן אליין זענען נישט עטיש צו זאגן און זיכער נישט ווען ער וויל אינספירירן מענטשן. פון די צווייטע זייט איז אויך דער פראבלעם אז פארוואס זאל ער נויגן זיינע ווירדן צום קהל? איז ער נישט דער וואס וויל ברענגען די געדאנקען צום שפיץ פונעם מח? איך האב פיינט די סארט מענטשן וואס געבן זיך אן אלס ארטיסטן און דאן ווייזן זיי אז זיי מיינען דעם טאלער.
קוק אויף די געציילטע ריכטיגע היימישע ארטיסטן ווי ליפא שמעלצער און יואלי לעבאוויטש, געבן זיי דען א שליסל צום ציבור? וואס עס איז אויף זייער מיינונג ווערט ארויסגעזאגט און דאס איז טאקע זייער סוקסעס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:12 pm
דורך אישתישבי
גראדע זינגט ליפא שמעלצער אויך שלא עשני גוי.