בלאט 1 פון 1
פרשת סאטמאר ב"ב VS פרשת צאנז ירושלים
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:04 pm
דורך מהיכי תיתי
ס'איז הימל, ערד, סאדיגורא און סאטמאר ב"ב.
וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט הערט מען חסידים זיך מפלפל זיין אין די דברות קודש 'הלנו אתה אם לצרינו' דורך כ'ק די סאטמארע רבי שליט"א פון קר"י. אזש גאנצל מיט לאקש האבן זיך ביידע אויפגעוועקט פונעם בערישן ווינטער שלאף און שארפן זיך די ציין אזויווי דער מוהל פונעם מארגנדיגען ברית אינעם שיכון שארפט זיין מעסער.
א גרויסע פראצענט דעות זאגער, ובתוכם רעספעקטפולע ניקס דא אינעם שטיבל, האבן נישט קיין אביעקטיווער בליק אויף די מחלוקת בכלליות און די דרשה בפרט. לדוגמא, די לאנג-יעריגע אפשפעטער פון די סאטמארער רבי פון קר"י שליט"א פאמאסקעווען זיך מיט די דרשה, און אפילו לו יהא אז די רבי איז גערעכט און די רבי האט טאקע געניצט די ריכטיגע אויסדרוקן, וועלן זיי נאכאלץ איבערקייען די דרשה נאכאמאל און נאכאמאל מיט זלזול.
און אזוי ווייטער איז דא גאר אסאך מענטשן וועלכע קומען צום בילד מיט א פריערדיגע הנחה, און לאור דעם אנאלאזירן זיי די נושא. ליטאים, בעלזע, בני יואל, חסידי סאטמאר-וומסב"ג. און אפילו אינערהאלב חסידי סאטמאר-קר"י: מתנגדי הרב חיים שלמה, מתנגדי הרב הירצקא (העצער) שטיין, מתנגדי הרב מאיר הירש, אלע וואס א מיינונג וועגן די צעירים-וויליאמסבורגער רב סומאטאכע. און אזוי ווייטער און ווייטער.
איין וועג וויאזוי צו פרובירן צו באקומען א שטיקל אביעקטיוון בליק אויפן נושא, איז צוריקצוקוקן צו א פריערדיגע ענליכע מעשה און זעהן וואס איז למעשה געבליבן דארט. מצד דיני תורה, ווען רעלעוואנט די דיני דמלכותא אויב ס'איז אנגעקומען אין קאורט און צום לעצט דעת הקהל.
די לעצטע מחלוקת וואס לדעתי קען מען צוגלייכן צו מחלוקת סאטמאר ב"ב איז מחלוקת צאנז ירושלים. אויך א רבי (האדמו"ר מצאנז פון נתניה שליט"א) וואס האט געהאט א רב (הרה"צ רבי בערל ווייס שליט"א) וואס האט זיך נישט מכניע געווען אונטער איהם. אויך משפחה (רבי בערל איז אן איידעם ביי די פריערדיגע צאנזע רבי זצ"ל) און אויך א קאלטע קריג וועלכער האט אויפגעפלאקערט.
סוף פסוק אין צאנז ירושלים: רבי בערל שליט"א איז ארויסגעגאנגען די פארלירער בדין תורה ובבית משפט. הגם אינעם דעת הקהל איז ער געבליבן אלס א גאון און א צדיק.
ס'דא אסאך מאריך צו זיין ביים פארגלייכן די צוויי. אבער היות איך בין נישט זיכער צו ס'דא צופיל מענטשן דא וואס קענען די פרשה בכלל וועל איך ווארטן צו הערן פונעם עולם אויפן נושא.
(גילוי נאות: בשעת איך האב געלערנט אין ישראל איז די צאנז ירושלים פרשה געווען אקטיוו, און האבנדיג מיין דירה אינעם געגנט האט געצויגן מיין אינטערעסע די מחלוקת)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:14 pm
דורך סביב העולם
1) ביי צאנז איז געווען א צוואה ברורה בלישנא דלא משתמע לתרי אנפין אז ר' בערל זאל בלייבן ביים לערנען און נישט האבן קיין שום משרה אויסער פשוט'ע רבנות (וואס דאס האט מען אים טאקע נישט געקענט צונעמען).
2) דאס אנרופן א איד ביי א דרשה ברבים בלשון 'רשע', 'מושחת במדות', 'חוטא', און נאך ארויסברענגען מיט א גלייכגילטיגקייט אז זיין חטא איז בלויז אז ער דארף דאס רבנות, איז פרעצעדענטלאז. קיין שום רב אדער שיינער איד, פון ליטאים ביז חסידים (אריינגערעכנט רמ"י מוויזניץ ז"ל אויף זיין זוהן) האט נאך אזוי נישט פוער פיו געווען ברבים אויף "קיין שום" איד וואס איז א שומר תורה ומצוות, עכ"פ ברבים.
ספיקינג אבאוט אבדזשעקטיוונעס.... לאל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:28 pm
דורך מהיכי תיתי
די צוואה אין צאנז איז debatable. אחוץ אויב ס'איז דא א חלק צוואה וואס איך האב נישט געזעהן.
מ'קען דרייען לכאן ולכאן בנוגע פירן די קהילה ומוסדות. בפשטות איז דאס נכלל אין די רבנות פאסטן. זיכער די ראשות הישיבה. אבער לויט ווי איך פארשטיי אינעם פסק דורך די בי"ד בראשות הגה"צ רב לאנדא זצ"ל האט מען איהם שולל געווען פון הנהגת הקהילה צוליבן זיך נישט מכניע זיין אונטער די רבי.
דיין פארדאמונג אויפן דרשה (און מיט רעכט) קומט אינעם רעלעוואנטן אשכול. דא רעדט מען פון פארגלייכן די צוויי פרשיות.
אבדזשעקטיוונעס: איך צייכן נאר צו א וועג וויאזוי מען קען מעגליך מעסטן. אז דו האלטס אנדערש, אדרבה קום אריין מיט א פירכא. נישט מיט א לאל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:35 pm
דורך כלבאשבוע
סביב העולם האט געשריבן:1) ביי צאנז איז געווען א צוואה ברורה בלישנא דלא משתמע לתרי אנפין
אה, אמאליגע צייטן ווען א צוואה האט נאך געמיינט עפעס!
(סארי פארן אריינמישן סאדיגורא)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:04 pm
דורך סביב העולם
מהיכי תיתי האט געשריבן:די צוואה אין צאנז איז debatable. אחוץ אויב ס'איז דא א חלק צוואה וואס איך האב נישט געזעהן.
מ'קען דרייען לכאן ולכאן בנוגע פירן די קהילה ומוסדות. בפשטות איז דאס נכלל אין די רבנות פאסטן. זיכער די ראשות הישיבה. אבער לויט ווי איך פארשטיי אינעם פסק דורך די בי"ד בראשות הגה"צ רב לאנדא זצ"ל האט מען איהם שולל געווען פון הנהגת הקהילה צוליבן זיך נישט מכניע זיין אונטער די רבי.
דיין פארדאמונג אויפן דרשה (און מיט רעכט) קומט אינעם רעלעוואנטן אשכול. דא רעדט מען פון פארגלייכן די צוויי פרשיות.
אבדזשעקטיוונעס: איך צייכן נאר צו א וועג וויאזוי מען קען מעגליך מעסטן. אז דו האלטס אנדערש, אדרבה קום אריין מיט א פירכא. נישט מיט א לאל.
כ'האב געזעהן בשעתו א בוך מיט דאקומענטן (געווען געסערווט פאר די דיינים - נישט פאבליק), די גאנצע טענה פון צד נתני' האט זיך געדרייט ארום די צוואה אז ר' בערל "טאר נישט" זיין פארנומען מיט גארנישט אויסער לערנען און מרביץ תורה זיין.
זיין פירן באטע איז געווען א געפערליכע חטא אין די"ת, און נישט וועגן מורד זיין אין רצ"א, נאר אויסדרוקליך אז ער האט זיך דערמיט אונטערמינעוועט פון דעם וואס זיין שווער האט אים געגעבן.
אויסערדעם וואס דארט האט צד נתני' געהאט א טענה אז די קהלה און מוסדות האט דער שפע חיים אויפגעשטעלט מיט זיינע צען פינגער, און ס'איז געווען זיינע נכסים פרטיים בלי מערער. ווידעראום אין בני ברק איז די מעשה קאפויער - ר' חיים הערש האט געסערווט די קהלה, מיט די מענטשן, פאר מהר"א אויף א גאלדענעם טאץ. ער האט געפייט פאר אים, און ס'איז קרוב הדבר צו זאגן אז אין דין תורה קען ער ארויסווארפן מהר"א אין אן אויגנבליק.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:27 pm
דורך מהיכי תיתי
כ'האב דעהם בוך לכאורה געזען, און אויך ביכער פאר צד ירושלים. יש לדון בדבר.
די אנדערע נקודה איז א סאליד נקודה. גאר שטארק. ביזט גערעכט מיטן שטארקע קאנטראסט צווישן די צוויי. יכול להיות אז מען קען זיי נישט פארגלייכן.
אבער אינעם דעת הקהל, לויט ווי איך האב געשמעקט בשעתו, איז ר' בערל געבליבן דער אויסגערופענער ערליכע איד. אפילו נאכן ארויסגיין בשן ועין נאך די דין תורה האט ער נאכאלץ די הערצה פונעם קהל, ווי מען קען זעהן אין די שטיבלעך. און בכלל אינעם עולם החסידות. (ווי איראניש איז אז מהר"א האלט זיך זייער נאנט מיט איהם, זייענדיג ביידע תורה-ליבהאבער)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:35 pm
דורך סביב העולם
מהיכי תיתי האט געשריבן:אבער אינעם דעת הקהל, לויט ווי איך האב געשמעקט בשעתו, איז ר' בערל געבליבן דער אויסגערופענער ערליכע איד. אפילו נאכן ארויסגיין בשן ועין נאך די דין תורה האט ער נאכאלץ די הערצה פונעם קהל, ווי מען קען זעהן אין די שטיבלעך. און בכלל אינעם עולם החסידות. (ווי איראניש איז אז מהר"א האלט זיך זייער נאנט מיט איהם, זייענדיג ביידע תורה-ליבהאבער)
נכון. צד ר' בערל האט שטארק געריטן אויפן טענה פון דעת הקהל, בעת צד רצ"א האט -אויסער ארויסברענגען אז ס'נישט נוגע - באזונדער געפילט פאר וויכטיג דאס צו אפפרעגן מיטן אנהייבן נאכקוקן וויפיל דורות ארויף זיי זענען קלויזענבורג'ע....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:07 am
דורך מהיכי תיתי
כ'רעד נישט אזוי ווייט פונעם צייט וואס די מחלוקת האט געפלאקערט. מיין געדאנק איז מער אויף יעצט ווען אלעס איז שוין קלאר געשניטן און צוטיילט.
די דעת הקהל, אריינגערעכנט רוב צאנזע חסידים (א חוץ די דזשיהאדיסטן/שווענץ) אין ירושלים, האלטן היינט צוטאגס אז ר' בערל איז א תלמיד חכם וירא שמים. כשוך חמת המל"ך און ער איז שוין נישט קיין סכנה פארן פארטיי, איז ער ווייטער די זעלבע פערזענליכקייט וואס ער איז געווען.
די זעלבע וועט זיך מעגליך אפשפיגלן אין סאטמאר ב"ב, יעצט וועט יעדער נעמען א זייט. ס'וועט זיך גיסן בלוט. דין תורה'ס, ערכאות, בג"ץ און פאשקעווילן. וואס וועט אבער זיין נאכדעם? וועט ר' חיים הערש בלייבן די ליבליכע ראש ישיבה וואס שמייכלט צו יעדן אדער די חסידי מהר"א אין ב"ב וועלן איהם קיינמאל מער אנערקענען?
ס'איז נישט מעגליך פאראויס צו זאגן, אבער אויב קען מען עס פארגלייכן צו צאנז ירושלים איז עס א מעגליכקייט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:20 am
דורך כלבאשבוע
אין סאטמאר ב״ב האלט מען שוין נאך פאשקעווילן און שפיכות דמים, סאיז אויך נישט אהרןס ערשטע דרשה קעגן חיים הערש, ער איז נאר ביז היינט נישט ארויסגעקומען אזוי שארף בחרב וחנית, סאיז זיין געווען לעצטע קויל און יעצט איז עס אויסגעשאסן אן דעם וואס סזאל עפעס טוישן
חיים הערש האט דעם עולם און זיי זענען שטארק מיט אים, קיין שום דין תורה אדער פסק וועט עס נישט קענען צוריקדרייען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 9:05 am
דורך מהיכי תיתי
גערעכט. אבער א פארמאלע טיילונג איז נאכנישט געווען.
די וואס קלערן אז הרב יחזקאל ראטער (ראצער) און די איבריגע וועדי העליונים ותחתונים וועלן פארשווייגן רח"ה התנהגות אין די לעצטע טאג צוויי האבן א טעות.
און מיינד יא, רח"ה פייפט אריין מיט א טראציגקייט וואס מען האט געזעהן טאקע ביים פעטער זאל זיין געזונט.
Re: פרשת סאטמאר ב"ב VS פרשת צאנז ירושלים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 11:47 am
דורך א חסיד פון ווילנא
סביב העולם האט געשריבן:מהיכי תיתי האט געשריבן:די צוואה אין צאנז איז debatable. אחוץ אויב ס'איז דא א חלק צוואה וואס איך האב נישט געזעהן.
מ'קען דרייען לכאן ולכאן בנוגע פירן די קהילה ומוסדות. בפשטות איז דאס נכלל אין די רבנות פאסטן. זיכער די ראשות הישיבה. אבער לויט ווי איך פארשטיי אינעם פסק דורך די בי"ד בראשות הגה"צ רב לאנדא זצ"ל האט מען איהם שולל געווען פון הנהגת הקהילה צוליבן זיך נישט מכניע זיין אונטער די רבי.
דיין פארדאמונג אויפן דרשה (און מיט רעכט) קומט אינעם רעלעוואנטן אשכול. דא רעדט מען פון פארגלייכן די צוויי פרשיות.
אבדזשעקטיוונעס: איך צייכן נאר צו א וועג וויאזוי מען קען מעגליך מעסטן. אז דו האלטס אנדערש, אדרבה קום אריין מיט א פירכא. נישט מיט א לאל.
כ'האב געזעהן בשעתו א בוך מיט דאקומענטן (געווען געסערווט פאר די דיינים - נישט פאבליק), די גאנצע טענה פון צד נתני' האט זיך געדרייט ארום די צוואה אז ר' בערל "טאר נישט" זיין פארנומען מיט גארנישט אויסער לערנען און מרביץ תורה זיין.
זיין פירן באטע איז געווען א געפערליכע חטא אין די"ת, און נישט וועגן מורד זיין אין רצ"א, נאר אויסדרוקליך אז ער האט זיך דערמיט אונטערמינעוועט פון דעם וואס זיין שווער האט אים געגעבן.
אויסערדעם וואס דארט האט צד נתני' געהאט א טענה אז די קהלה און מוסדות האט דער שפע חיים אויפגעשטעלט מיט זיינע צען פינגער, און ס'איז געווען זיינע נכסים פרטיים בלי מערער. ווידעראום אין בני ברק איז די מעשה קאפויער - ר' חיים הערש האט געסערווט די קהלה, מיט די מענטשן, פאר מהר"א אויף א גאלדענעם טאץ. ער האט געפייט פאר אים, און ס'איז קרוב הדבר צו זאגן אז אין דין תורה קען ער ארויסווארפן מהר"א אין אן אויגנבליק.
שווער זיך צו טענע׳ן אויף מציאות
ר׳ חיים הערש האט געסערווט מהר"א ב"ב?
עס מוז זיין ביסט נישט קיין סאטמארער
רז"ל איז געקומען קיין ירושלים האט רח"ה געדארפט אוועקגיין, ער האט געקענט בלייבן ר"י אפילו רז"ל איז רב, נאר עס איז שוין געווען 2 פראקציעס אין סאטמאר דעמאלס און ער האט באלאנגט ווי אלע בני משפחה פון ב"מ ז"ל זענן געווען דעמאלס (מיט מהר"א) נאכמער די אנשי רז"ל האבן אים קיינמאל אנערקענט אלס ר"י אין ב"ב ווייל מ׳ האט אוועקגעשיקט דאווידאוויטש און באזייטיגט רב כ"ץ, זיין איינציגע השפעה וואס ער האט געהאט איז זיין הכנעה צו מהר"א
אפילו די גוטע פריינט וואס ער האט זיך איינגעשאפט זאגן יעצט אז די גבאים פארדרייען זיין קאפ און זיי האפן אז זיי וועלן זיך איבערבעטן
גענוג פאר יעצט
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:44 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
כ'זיך שוין לאנג מער דיטעילס אויף די מחלוקת אין צאנז ירושלים. עני לינקס? אשכול אין ק"ש? מהיכי זיי נישט קיין מחזיק טיבותא לנפשיה
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:05 am
דורך אישתישבי
למעשה איז ר' בערל געבליבן דער רב אין ירושלים?
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:46 pm
דורך מהיכי תיתי
אישתישבי האט געשריבן:למעשה איז ר' בערל געבליבן דער רב אין ירושלים?
די אפיציעלע רב מטעם קהילת צאנז? ניין.
ער האט אויפן ערשטען שטאק א שולעכעל מיט א קהילה א קליינעם. אפילו חסידי צאנז-קלויזענבורג וועלכע וואוינען אין ירושלים האבן זייער אייגענע שוהל און מוסדות. גראדע איז זיין ברודער ר' חיים (די נייע רב פון ביתר עילית) מכהן ברבנות דארט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:25 am
דורך מהיכי תיתי
זעהענדיג היינט די נייעס אז הג"ר אברהם דוב אויערבאך זצ"ל איז נסתלק געווארן (ער איז געווען די זבל"א מטעם ווייס) האב איך מיר דערמאנט אין די אשכול.
א גאנצע יאר איז שוין פארביי, וואו שטייען זאכן אין בני ברק?
Re:
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 3:47 pm
דורך היימלינד
מהיכי תיתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:46 pm
אישתישבי האט געשריבן:למעשה איז ר' בערל געבליבן דער רב אין ירושלים?
די אפיציעלע רב מטעם קהילת צאנז? ניין.
ער האט אויפן ערשטען שטאק א שולעכעל מיט א קהילה א קליינעם. אפילו חסידי צאנז-קלויזענבורג וועלכע וואוינען אין ירושלים האבן זייער אייגענע שוהל און מוסדות. גראדע איז זיין ברודער ר' חיים (די נייע רב פון ביתר עילית) מכהן ברבנות דארט.
אין די דירה מעג ער נאר וואוינען כל זמן די רביצען לעבט, לאויט"א
די שולכ'ל איז זיינס עכ"פ צו זיין רב דארט
די איבריגע חלקים פונעם בנין געהערט פאר צאנז
בעסיקלי האט ער גארנישט פארדינט פון די מחלוקה חוץ אביסעל כבוד פון די אינגערע קלויזענבורגער שוואגער
היינט האלט מען שוין ב"ה נאך א שטיקל פיוס, אויף די עלטער
Re: פרשת סאטמאר ב"ב VS פרשת צאנז ירושלים
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 8:38 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
די פראבלעם הייבט זיך אהן אז ס'איז בכלל נאך נישט זיכער אז בני ברק באלאנגט פאר ר' אהרן, אפשר באלאנגט עס פאר ר' זלמן לייב