בלאט 1 פון 1

סאטמארע מחלוקה - סדר!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:49 pm
דורך לכבוד שבת קודש
קען מיר איינער מאכן א פונקטליכע סדר אין די מחלוקת פון סאטמאר בני-ברק? - אבער ביטע אן אריינמישן אייגענע געפילן און פאליטיק. וואס איז דארט געווען די מעשה פון אנהויב ביז יעצט? - צו וועמען באלאנגט לעגאל דאס בית-המדרש, מוסדות וכו', וואס איז געווען די פאזיציע פון הרב כ"ץ און פון הרב מייזליש און פון דער נייער הרב כ"ץ און פון הרב דאווידאוויטש? - ווען און ווי אזוי האט אויסגעבראכן די מחלוקת און די השתלשלות הענינים ביז יעצט. מיט וועמען איז דער דעת הקהל און פארוואס? - וואס גייט דארט זיין דער שבת וכו'? - איז ר' חיים הערש עמטליך געווארן א רבי? - איך הער אז ער האט אויפגענומען קוויטלעך, מיינט דאס אז מען גייט אים באטיטלען מיט כ"ק מרן אדמו"ר? - וואס איז דער סטאטוס אין די משפחה, און בכלל, ווי ר' מיילעך זאגט, ארום און ארום...

ס'איז דאך יעצט אלול, און איך בין זיכער אז דער חסד וואס איינער וועט טון אויסצוקלארן די דאזיגע מחלוקה, וועט אים ביישטיין צום יום הדין, להפקד בדבר ישועה ורחמים און געהאלפן ווערן מיט א גוט געבענשט יאר, א זיסע ליכטיגע יאר ובכל משאלות לבו לטובה ולברכה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:09 am
דורך מיינונגזאגער
עס זעהט אויס בערך וואס הר”ר חיים יהושע שליט”א האט געטוהן אין מאנסי פאר 30 יאר צוריק. און היינט איז ער אליינס א גרויסע רבי.