בלאט 1 פון 2
נייער פארום: בחצרות הקודש
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 6:18 pm
דורך סדרן
טייערע חברים,
צייטן האבן זיך געטוישט, און חסידישע פאליטיק דארף היינטיגע צייטן ווערן אנגעקוקט, אויסגעשמועסט, און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. מיר דארפן מער נישט די צימעס אפטיילונג, און אלע אידישע נייעס קענען באשריבן און אויסגעשמועסט ווערן אינעם נייעם געהעריגן פארום "בחצרות הקודש" — פארשטייט זיך מיט'ן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'. די צימעס אפטיילונג ווערט געשלאסן.
אויב איר האלט אז אן אשכול פון "צימעס" באלאנגט אין בחצרות הקודש, ביטע לאזט וויסן א מנהל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 6:21 pm
דורך כרם זית
א גרויסע יישר כח הנהלת [tag]קאווע שטיבל[/tag] פארן זיכן צו פארשענערן אונזער הייליגע שטיבל!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:32 pm
דורך יין שרף
בחצרות מילא, אבער פארוואס הקודש? (אפשר חצרות ודי זהב..)
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:50 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
יישר כח פאר דיין הייליגע ארבעט!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:בחצרות מילא, אבער פארוואס הקודש? (אפשר חצרות ודי זהב..)
פון די לשון איה הקדישה
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 10:34 pm
דורך פאליטיקאנט
וואס וועט זיין מיט אלע צימעס אשכולות?
וועט כאטש זיין ארכיוון ווי נאכצוקוקן?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
אלעס איז געהעריג דא, נאר מ'קען נישט צושרייבן
viewforum.php?f=33
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:00 am
דורך ארי נוהם
צוערשט, קודאס פארן געדאנק.
ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז מיר גייען א שטאפל העכער מיט אויפריכטיגקייט, און עפעס וואס מיר האבן באוויזן איינצופעדימען אינעם וועקער - אלס אויפריכטיגער ארט פון זשורנאליזם, זאל מען אויך איינפעדימען אויף ק"ש - אלס אויפריכטיגער ארט פון ווירטואלער שמועסעריי.
כ'וויל אבער יא רעדן פון איין פונקט, וואס איז שוין אויבן דערמאנט געווארן:
יין שרף האט געשריבן:בחצרות מילא, אבער פארוואס הקודש? (אפשר חצרות ודי זהב..)
ס'זעט אויס ווי יין שרף זאגט עס אלס ווערטל בעלמא, אבער איך מיין עס ערנסט.
ביים זען אז מ'האט עס א נאמען געגעבן "בחצרות הקודש" האט מיר אנגעכאפט אן עקל פונעם נאמען. מ'שטיינץ, כ'זע עס נישט אלס קודש נאר אלס פאליטישער הויף, ולא זו אף זו אז מ'גייט טאקע [אביעקטיווערהייט] דערציילן דעם גאנצן אמת איבער אט די הויפן, וואס א שווארץ יאר איז דאס בחצרות "הקודש"?!
דער בחצרות הקודש דערמאנט מיר פון די שמועסן פונעם סקווערן גאט ב"ה וואס מיט זיין גרויס קדושה איז ער אנגעקומען צום דרגת שרף השורף כל עוף הפורח, וד"ל, און עס ענדלט אין די שמועסן פונעם עפרא לפומיה זאגער.
ס'זעט אויס ווי א נארישקייט, אבער אויב שוין אביעקטיוו - זאל זיין א מער פאסיגער טיטל ווי עפעס וואס איז דורכאויס פאלש און איז מער צוגעפאסט פאר א"וו מיט זייער בת היענה מענטאליטעט.
כ'בעט באמת צו טוישן דעם נאמען צו עפעס וואס גריצלט נישט אזוי שטארק אין די אויערן.
אפשר קען מען עס רופן "היימישע הויפן"? אד"ג.
[tag]סדרן[/tag], א דאנק.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:07 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך שטים ס'זאל בלייבן מיט'ן נאמען "קודש", יא, ס'דא אידן וואס חוש'ן אריין אז דאס איז הייליג, וואס גייט עס דיר אן? און אנטשולדיגט מיר, די נאמען "גאט" איז אינגאנצן נישט אין פלאץ, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען איך רוף דיינע העלדן געטשקעס? ווען איך קלעב ארויף שפעט נעמען אויפ'ן רס"ג אדער רמב"ם למשל וואלסטו עס ליעב געהאט, אדער דא וואלסטו שוין אויך פארשטאנען אז ס'איז נישט אין פלאץ?
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:27 am
דורך כרם זית
די וועלט זאגט א ווערטל: כאטש וואס אסאך מעשיות וואס מליינט אין אמאליגע חסידישע ביכער זענען נישט היסטאריש אמת, דאך פארמאגט עס א היסטארישע ווערט צו ארויסהאבן די געדאנקענגאנג פון א חסיד.
לענינינו, יא קודש צי נישט קודש. ווען משרייבט שוין יא איבער חסידות (כאטש וואס איך האב שוין
דא געשריבן, וואס מיין דעה איז בכלל וועגן זיך אפגעבען מיט אזעלכע זאכן. און ווי מזאגט, כהאב בעסערע דאגות וועלכע האלטן מיר אויף ביינאכט), דארף עס קומען אין די מצב פון א חסיד, וואס דאס איז בחצרות ה
קודש, פשוט כדי ארויסצוהאבן און ליגן אין וואס משרייבט. כנלפע''ד נכון.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:57 am
דורך תרמב
איך כאפ נישט וואס א חילוק ציווישן צימעס און בחצרות הקודש, חוץ די נאמען?
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 3:28 am
דורך קורקלענד
מיר איז די גאנצע מינוס נישט געווען אזוי נוגע. חוץ איין וויכטיגע אשכול וואס איך האף שטארק אז ס'וועט זיין איינער פון די פאר געקליבענע אשכולות וואס גייען אריבערגעפירט ווערן. @סדרן ביטע זעהן אז די וויכטיגע אשכול אויף בּעלעד זאל ווייטער אנגיין.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:58 pm
דורך סדרן
תרמב האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס א חילוק ציווישן צימעס און בחצרות הקודש, חוץ די נאמען?
צימעס איז נישט ארויפגעקומען אין אקטיווע אשכולות און מנהלים האבן גאר ווייניג דארטן באזוכט און ס'איז געווען א שטיקל הפקר וועלט. די גאנצע מושג אז היימישע פאליטיק באלאנגט אין א ספעציעלע אפגעזונדערטע פארום איז גוט געווען פאר תשע"ב ווען היימישע פאליטיק איז געווען אסאך היציגער און ווילדער און ס'איז כמעט נישט געוועהן שייך אז מ'זאל שרייבן אויף א נארמאלן סטאנדארט. היינט איז דער עולם רואיגער דערוועגן, און מיר האפן אז מיר זענען גערעכט אז די עולם קען זיך צושטעלן צו שרייבן וועגן היימישע פאליטיק נארמאל, און בדרך כבוד.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:04 pm
דורך מנחם ציון
סדרן האט געשריבן:טייערע חברים,
צייטן האבן זיך געטוישט, און חסידישע פאליטיק דארף היינטיגע צייטן ווערן אנגעקוקט, אויסגעשמועסט, און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. מיר דארפן מער נישט די צימעס אפטיילונג, און אלע אידישע נייעס קענען באשריבן און אויסגעשמועסט ווערן אינעם נייעם געהעריגן פארום "בחצרות הקודש" — פארשטייט זיך מיט'ן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'. די צימעס אפטיילונג ווערט געשלאסן.
אויב איר האלט אז אן אשכול פון "צימעס" באלאנגט אין בחצרות הקודש, ביטע לאזט וויסן א מנהל.
מען האט פשוט געטוישט די נאמען?
#חיים\משה שטינקאוויטש
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:10 pm
דורך מנחם ציון
מנחם ציון האט געשריבן:סדרן האט געשריבן:טייערע חברים,
צייטן האבן זיך געטוישט, און חסידישע פאליטיק דארף היינטיגע צייטן ווערן אנגעקוקט, אויסגעשמועסט, און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. מיר דארפן מער נישט די צימעס אפטיילונג, און אלע אידישע נייעס קענען באשריבן און אויסגעשמועסט ווערן אינעם נייעם געהעריגן פארום "בחצרות הקודש" — פארשטייט זיך מיט'ן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'. די צימעס אפטיילונג ווערט געשלאסן.
אויב איר האלט אז אן אשכול פון "צימעס" באלאנגט אין בחצרות הקודש, ביטע לאזט וויסן א מנהל.
מען האט פשוט געטוישט די נאמען?
#חיים\משה שטינקאוויטש
סארי נישט געזעהן די פריערדיגע תגובה
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:22 pm
דורך פאליטיקאנט
סדרן האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס א חילוק ציווישן צימעס און בחצרות הקודש, חוץ די נאמען?
צימעס איז נישט ארויפגעקומען אין אקטיווע אשכולות און מנהלים האבן גאר ווייניג דארטן באזוכט און ס'איז געווען א שטיקל הפקר וועלט. די גאנצע מושג אז היימישע פאליטיק באלאנגט אין א ספעציעלע אפגעזונדערטע פארום איז גוט געווען פאר תשע"ב ווען היימישע פאליטיק איז געווען אסאך היציגער און ווילדער און ס'איז כמעט נישט געוועהן שייך אז מ'זאל שרייבן אויף א נארמאלן סטאנדארט. היינט איז דער עולם רואיגער דערוועגן, און מיר האפן אז מיר זענען גערעכט אז די עולם קען זיך צושטעלן צו שרייבן וועגן היימישע פאליטיק נארמאל, און בדרך כבוד.
כ'האב נישט געוויסט אז צימעס איז געווען הפקר!
נא לאמיר אריינפאקן אלע מנשה'ס ניקס דארט.......
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:54 am
דורך ארי נוהם
מנהל האט געשריבן:ארי נוהם האט געשריבן:ביים זען אז מ'האט עס א נאמען געגעבן "בחצרות הקודש" האט מיר אנגעכאפט אן עקל פונעם נאמען. מ'שטיינץ, כ'זע עס נישט אלס קודש נאר אלס פאליטישער הויף, ולא זו אף זו אז מ'גייט טאקע [אביעקטיווערהייט] דערציילן דעם גאנצן אמת איבער אט די הויפן, וואס א שווארץ יאר איז דאס בחצרות "הקודש"?!
בחצרות הקודש איז א אויסדרוק. נישט קיין אפיציעלע אינדארסמענט פון די קאווע שטיבל רעדאקציע
אגב, דינט דאס אלץ א דערמאנונג אז אין בחצרות הקודש דארף מען זיין רעספעקטפול, און טאקע ניצן אביסל פון די אנגענומענע שפראך בשעת מ'מאכט אלע אביעקטיווע נקודות. אז ער רופט זיך הרב זאל זיין הרב, געב אים דעם טיטול
און מאך אלע פוינטס אהן ניצן שארפע אויסדריקן.
און טאקע מהאי טעמא בעט איך, פאדער איך, און ווידערהאל איך: ביטע טוישט דעם נאמען פון "בחצרות הקודש" צו עפעס מער פארווע.
מאך די זעלבע פוינט אן נוצן דעם שארפן אויסדרוק "הקודש".
איך מיין עס מיטן גאנצן ערנסטקייט. כ'זע מיך נישט עפענען אן אשכול אונטערן קלונגענדן טיטל בחצרות הקודש.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:59 am
דורך ליפא
אפשר בחצרות החסידים אדער בחצרות הרבנים
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:32 am
דורך פאליטיקאנט
פארוואס נישט 'חסיד'ישע הויף'?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:12 am
דורך חכמה גדולה
זאגט נאר חברה! ווי זענט עטס ווען אונזער "סדרן" נעמט אויף נייע חברים אין דעם "חבורה קדושה", יעמאלט ווערט איר אויך אזוי ווילד?
viewtopic.php?p=457643#p457643
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 10:32 am
דורך calculator
יין שרף האט געשריבן:בחצרות מילא, אבער פארוואס הקודש? (אפשר חצרות ודי זהב..)
זה לשון רש"י (דברים כב ט) פן תקדש - כתרגומו תסתאב כל דבר הנתעב על האדם בין לשבח כגון הקדש בין לגנאי כגון איסור נופל בו ל' קדש כמו (ישעיהו סה) אל תגע בי כי קדשתיך
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:24 am
דורך א חסיד פון ווילנא
נאך מקורות?
איה הקדשה הוא בעינים
לא תהי׳ קדשה
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 7:21 pm
דורך נײגעריגער
לפענ"ד אינו דומה סתּם תגובה לקעפּל רשמי
אױב מיין רייכע מיינונג ציילט, בין איך זיך מצרף צו ארי נוהם'ס בקשה צו טוישן דעם טיטל ל"היימישע הויפן"
ארי נוהם האט געשריבן:כ'בעט באמת צו טוישן דעם נאמען צו עפעס וואס גריצלט נישט אזוי שטארק אין די אויערן.
אפשר קען מען עס רופן "היימישע הויפן"? אד"ג
מאַכן אן אנקעטע איבערן נאמען, זעהט אויס ריכטיג בעיני