בלאט 1 פון 1

פארוואס לוינט זיך צו זיין א ברסלב'ער? וואס האט מען דערפון?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 10:20 am
דורך לבי ובשרי
היינט אינדערפרי איז מיר איינגעפאלן א לעכטיגער רעיון איבער דער היינטיגער ברסלב'ער עפאכע און פארוואס מער און מער מענטשן באשליסן צו ווערן "ברסלב'ע", וואס כ'שפיר פאר אינטערעסאנט און בעאיינדרוקספול פאר אנדערע.

יתכן אז דער רעיון איז מיר לעצטנס בייגעפאלן אין ליכט פון די לעצטיגע מהומות וואס די ברסלב'ע פראווען איבער דאס אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה. קען זיין.

פארהאן מענטשן וועלכע קענען נישט פארשטיין די ברסלב'ע אידן. "וואס איז די מעשה מיט משה נחום"? ער איז אינגאנצן משוגע געווארן? וואס האט ער געטראפן אין ברסלב? כ'האב געוואוסט אז איין טאג וועט ער דארט אנקומען. ס'שטייט דאך זייער גוט אויף משה נחום'ען, קוק וואס ער מאכט אלץ מיט, קיין שום וואונדער נישט פארוואס ער האט זיך דארט געפינען דאס פלאץ". דאס איז איינע פון די צענדליגע פראזן וואס מען קען הערן צווישן מענטשן, ווען צומאל ווערן מענטשן געוואויר אז פלוני אלמוני האט אנגעהויבן מאכן התבודדות, פארן קיין אומאן וכו'.

און דער אמת איז, אז ביידע זענען גערעכט. די מענטשן וועלכע שטייען און רעדן זענען גערעכט און אויך דער משה נחום.

"עשה לך רב והסתלק מן הספק". ביז אזא שיינע פאר יאר צוריק איז היפש לייכט געווען מקיים צו זיין דעם מאמר חז"ל. עס זענען געווען הויפענעס פון כאטש עטוואס ערנסטע רבי'לעך. פארהאן אסאך מענטשן וואס האבן אין זיך א נאטור פון שטערקערע אפנקייט, מענטשן וואס האבן געזוכט זיך דורכצורעדן מיט אן עלטערן איד, האבן געשפירט אז זיי האבן איינעם. דער האט געהאט דעם סאטמאר'ן רבי'ן, דער האט געהאט דעם ספינקער רבי'ן רבי הערשעלע, דער האט געהאט דעם סקולענעם רבי'ן און דער דעם טאהשער. עס איז נישט אזוי שווער געווען צו בויען א קשר מיט א העכערן מענטש און האבן א התקשרות אין אים.

א נאטור איז א נאטור און געפיל איז א געפיל. גאר אסאך מענטשן זענען אזוי באשאפן געווארן, אז זיי זענען מער מקושר מיט אנדערע מענטשן, זיי שמועסן זיך מער אויס מיט אנדערע, זיי וועלן אפטער פרעגן א חוות דעת פון א צווייטן אא"וו, דאקעגן דער אנדערער טיפ מענטש וועלכער לעבט א לעבן פאר זיך, ער שפירט נישט פאר וויכטיג עפעס מיטצוטיילן מיט אנדערע. אא"וו.

יעצט, אז אן ערנסטער נארמאלער איד זאל קענען טרעפן א לעבעדיגן משפיע מיט וועמען ער וועט קענען האבן אן ערנסטן דורכדרינגליכן שייכות, איז גאר שווער היינט צוטאג.

קוק אהער, האסטו א רבי פון צענדליגער טויזנטער חסידים, ר' א"ט, וואס נאך אלע מעשיות האט ער אזויפיל אידן וואס זענען סרים למשמעותם, און קוק וואספארא חודש אלול דרשה ער האט נארוואס אפגעהאלטן. כ'מיין... וואס דארפן אזויפיל חסידים און אידן איבער דער וועלט טראכטן?

כ'בין געווען נבהל ונשתומם נעכטן נאכט, גיי איך אויפ'ן גאס און איך שפאציר אריבער א בית המדרש וועלכע שטייט בנשיאות א איד וואס איז א גרויסער ת"ח, א פראמינענטער דיין און אדם חשוב, ער האט א קהילה גדולה בישראל, און צען אזייגער ביינאכט איז ער שטארק פארקאכט: אוי נעבעך, דער ר' חיים הערש איז אזא רחמנות, און דער ר' א"ט, אוי נעבעך... בקיצור, א שיינע פאר מינוט וואס אונזער תלמיד חכם וואס גייט מיט א בעקיטשע אינדערוואכן שטייט און שמועסט שטותים.

ס'איז א פראבלעם? ניין, בכלל נישט. אבער פארוואס זאל דער דיין זיין מיין רב? ער זאל זיין מיין מורה דרך און וועג ווייזער?

רוב היינטיגע א.ג. גרויסע לייט ליגן אין שטותים, זייער קאפ ליגט בכלל נישט אין העכערס, וכו' וכו'. נו, איז אבער דא אזויפיל מענטשן וואס זוכן אפנקייט, זיי זוכן העכערס, זיי זוכן התדבקות בה', און זיי ווייסן אז עפעס איז געווען איינער רבי נחמן מברסלב, ער האט געמאכט ספרים, ער האט געלערנט מיט אידן פארשידענע מהלכים אין עבודת ה' וואס ברענגט אז א איד זאל זיך עפענען צו גאט, רעדן צו אים און שמועסן מיט אים, אפרעכטן התבודדות, תיקון הכללי אא"וו.

יעצט, די מענטשן וועלכע בארעדן משה נחומ'ען און זיי פארשטייען אים נישט, זענען מענטשן פון אן אנדערן סארט נאטור, מיט א צווייטן גאטונג, זיי שפירן נישט פאר וויכטיג און זיי פארשטייען נישט די נאטור פון אפנקייט. זיי קוקן דאס אן ווי א רחמנות'דיגער נאטור; כ'מיין, קענסט זיך נישט אליינס אן עצה געבן? ביסט עלנד נעבעך? וואס האסטו דארט געפינען?

מענטשן ווילן זיין גוט, מענטשן זוכן אמת, מענטשן זוכן דביקות און מענטשן זוכן אן אפן הארץ וואס פארשטייט זיי און הערט זיי אויס.

אגב, כ'בין נישט קיין ברסלב'ער. אבער כ'מיין אז כ'האב אנגערירט א האקעלע און שורש'דיגער נקודה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:45 pm
דורך פארווע חסיד
איך פארשטיי, איין זאך פלאגט מיר נאר זייער, ווען קויפט מען זיך איין די טיטול ברסלב'ער??
נישט אלע מענטשען וואס איך קען לערנען ר' נחמן צו ר' נתן'ס ספרים טראגען די טיטול, און נישט אלע ברסלב'ער וואס איך קען - לערנען טאקע די ספרים און זענען מקיים די עצות והדרכות..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:49 pm
דורך מנחם ציון
אלעס זייער פיין, אבער פארוואס א ברסלב'ר האו אבאוט א קאזניצער? ער האט אויך א דרך און עבודת ה'.
פארוואס דארף ער "ווערן א ברסלב'ר" ווייל ער לערנט ר' נחמן'ס תורות? איך קען גענוג אידן וואס רירן זיך נישט אן א געוויסע ספר חסידות\מוסר וכדו' און מען זעהט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון יענע ספר
יתכן אז ברסלב פארקויפט עפעס מער, אבער איך זעה נאך נישט אז מען זאל דארפן טוישן דער אידענטיטעט וועגן דעם.
אני כשלעצמי לערן אסאך בעלזא תורות, כאטש איך בין ווייט נישט קיין בעלזער, און איך טראכט ניטאמאל פון זיך אידענטיפיצירן אלס אזא איינער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:50 pm
דורך אברך משי
די נקודה וואס [tag]לבי ובשרי[/tag] זאגט איז גאר א שטארקע

איך האב עס שוין געהערט יארן צוריק פון א שטארקן בר-דעת אז די סיבה פארוואס מענטשן האבן ליב ברעסלוב איז ווייל דארט האט מען נישט קיין דיסעפוינטמענט'ס!
דער רבי קומט נישט ארויס מיט קיין פרישע אומבאקוועמליכקייטן, דו ביסט נישט כפוף צו קיינעמ'ס קאפריזן אין די מוסדות, אין ביהמ"ד, און ניטאמאל דארפסטו געבן קיין קוויטל-געלט פאר א גבאי
דו קענסט קומען און גיין כאוות נפשך, דו האסט א אומזעהבארע קשר מיט רבי נחמן וואס קיינער קען נישט אפהאקן אדער צושניידן ס'פארט א מחי' ווילאנג מ'וויל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:56 pm
דורך אברך משי
מנחם ציון האט געשריבן:אלעס זייער פיין, אבער פארוואס א ברסלב'ר האו אבאוט א קאזניצער? ער האט אויך א דרך און עבודת ה'.
פארוואס דארף ער ווערן דייקא א ברסלב'ר? איך קען גענוג אידן וואס רירן זיך נישט אן א געוויסע ספר חסידות\מוסר וכדו' און מען זעהט ער זאל ווערן א חסיד פון יענע ספר
יתכן אז ברסלב פארקויפט עפעס מער, אבער איך זעה נאך נישט אז מען זאל דארפן טוישן דער אידענטיטעט וועגן דעם.
אני כשלעצמי לערן אסאך בעלזא תורות, כאטש איך בין ווייט נישט קיין בעלזער, און איך טראכט ניטאמאל פון זיך אידענטיפיצירן אלס אזא איינער

די נקודה איז נישט סתם תורה-לערנען, קאזניץ האט קיינאמל נישט געעפנט אזא 'טשענעל' ווי מ'קען זיך מתבודד זיין און זיך אדורכשמועסן מיט'ן רבי'ן און איבערלאזן דארט אלע זינד וכדומה
עס מוז זיך עפענען עפעס א אויסגעטרויטענעם וועג, ווי למשל קערעסטיר האט אנגעהויבן ווערן אין די לעצטע פאר יאר אז מענטשן פילן א קשר און משיכה צו רבי-ישעי'לע, מ'פארט צו זיין ציון און מ'איז מנדב תיקון לע"נ, און מ'גיבט פאר חסד ארגענעזאציאס וואס זענען נקראת על שמו. ס'איז טאקע נישט אומאן מיט ר' נחמן, אבער סאיז עפעס.
אדער ליובאוויטש וואס מאכט א שטארקע עסק פון פארן צום ציון ווי מ'קען אנפרעגן שאלות און דער רבי וועט אייך ענטפערן פון די אגרות אדער אנדערע אופנים פאר ווער ס'גלייבט, דאס כאפט אסאך מער פאר מענטשן צו ווערן הוקד-אן און באלאנגן צו אזא שטראם ווי זיי ווערן געהאלפן לעת מצוא מיט זייערע פרובלעמען.
ווער רעדט נאך אז מ'קען פארן אויף ראש השנה און ס'קומט מיט נאך אסאך באקוועמע פעקעדזש דיעלס וואס איז נישט בנמצא אין קאזניץ אדער בארדיטשוב, מה טוב ומה נעים

פארדעם קענסטו זיך נעמען א ספר און ער זאל זיין דיין מורה דרך אל דע וועי!
יעדע ספק וואס דו האסט, לערן מיט אן אמת יענער ספר, און דו וועסט זעהן פלאות, איך רעד פון ערפארונג מ'זעהט אפענע זאכן
ס'קען אפילו זיין א פשוט'ער חומש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:59 pm
דורך מנחם ציון
אברך משי האט געשריבן:

אט אזוי! עס איז א טרענד... היינט איז עס אומאן, מארגן קערעסטיר, און איבערמארגן פשעדבורז,
מ'פילט, מ'שפירט, אדער ניין אדער נישט, איך ווייס נישט, קען זיין אז אידן האבן עליות, אבער כמדומה אז עס איז פשוט א מאוומענט

Re: פארוואס לוינט זיך צו זיין א ברסלב'ער? וואס האט מען דערפו

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:28 pm
דורך פאליטיקאנט
מנחם ציון האט געשריבן:פארדעם קענסטו זיך נעמען א ספר און ער זאל זיין דיין מורה דרך אל דע וועי!
יעדע ספק וואס דו האסט, לערן מיט אן אמת יענער ספר, און דו וועסט זעהן פלאות, איך רעד פון ערפארונג מ'זעהט אפענע זאכן
ס'קען אפילו זיין א פשוט'ער חומש

ס'קען אויך / אפי' זיין א פשוט'ע חומש????

ס'דארף ערשט צו זיין א פשוט'ע חומש, "אפשר" אויך אנדערע ספרים.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:38 pm
דורך מנחם ציון
פאליטיקאנט האט געשריבן:

גערעכט, איך מיין צו זאגן אז מען מיינט אז הדרכה און עבודת ה' ברויך זיין דווקא אזא ספר אפיליאירט מיט א חסידישע גזע
אויסדריקלעך נישט! תורה מסיני איז דער רצון ה' במקורה און ווען א איד לערנט חומש מיט א ריינקייט וועט ער טרעפן דארט תשובות אויף אלע זיינע ספיקות

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:38 pm
דורך לבי ובשרי
פארווע חסיד האט געשריבן:איך פארשטיי, איין זאך פלאגט מיר נאר זייער, ווען קויפט מען זיך איין די טיטול ברסלב'ער??
נישט אלע מענטשען וואס איך קען לערנען ר' נחמן צו ר' נתן'ס ספרים טראגען די טיטול, און נישט אלע ברסלב'ער וואס איך קען - לערנען טאקע די ספרים און זענען מקיים די עצות והדרכות..

אוודאי זענען דא אן א שיעור א.ג ברסלב'ע וואס האבן מיט רבי נחמן זילטש.

איך האב נאר אנגערירט א האקעלע און איידעלע נקודה וואס בלויז ריכטיגע ברסלב'ע וועלן פארשטיין און עגריען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:42 pm
דורך לבי ובשרי
מנחם ציון האט געשריבן:אלעס זייער פיין, אבער פארוואס א ברסלב'ר האו אבאוט א קאזניצער? ער האט אויך א דרך און עבודת ה'.
פארוואס דארף ער "ווערן א ברסלב'ר" ווייל ער לערנט ר' נחמן'ס תורות? איך קען גענוג אידן וואס רירן זיך נישט אן א געוויסע ספר חסידות\מוסר וכדו' און מען זעהט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון יענע ספר
יתכן אז ברסלב פארקויפט עפעס מער, אבער איך זעה נאך נישט אז מען זאל דארפן טוישן דער אידענטיטעט וועגן דעם.
אני כשלעצמי לערן אסאך בעלזא תורות, כאטש איך בין ווייט נישט קיין בעלזער, און איך טראכט ניטאמאל פון זיך אידענטיפיצירן אלס אזא איינער

נישט ריכטיג אין אלגעמיין.
כ'געדענק ווי רבי מרדכי דוד קאהן פלעגט זאגן: ווען איינער לערנט נועם אלימלך ווערט ער דען א ליזענסקער? ווען איינער לערנט אוהב ישראל ווערט ער אן אפטער? וואס איז ברסלב אנדערש?

ס'איז אבער נישט אינגנצן ריכטיג.

נעם א ביישפיל ווי חב"ד, ווען איינער לערנט ספרי חב"ד און לעבט מיט זייערע שיטות און מהלכים, ווערט ער געטוישט און זיין לעבן ווערט געטוישט.

די זעלבע איז מיט ברסלב. קאזניץ לערנט נישט א מענטש זאכן אויף אזא שטארקע פארנעם ווי ברסלב. נעם א דוגמא פון התבודדות, וואס אלע ברסלב'ע ספרים זענען פיל דערמיט און מ'פאדערט דאס כסדר. נעם א דוגמא פון תיקון הכללי, וואס רוב אמת'ע ברסלב'ע קענען דאס פון אויסנווייניג.

און דאס איז וואס איך האב געשריבן. ברסלב איז אנדערש ווי אלע אנדערע חסידות'דיגער טאקע מיט דעם נוקדה. עס נעמט אריין א מענטש אויף א שטארקן אופן און עס טראגט אים ווייט, עד כדי כ ך אז דער מענטש זאל שפירן אז ער האט איינעם לעבעדיג וואס גיידט אים און פירט אים.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 3:45 pm
דורך לבי ובשרי
אברך משי האט געשריבן:די נקודה וואס [tag]לבי ובשרי[/tag] זאגט איז גאר א שטארקע

איך האב עס שוין געהערט יארן צוריק פון א שטארקן בר-דעת אז די סיבה פארוואס מענטשן האבן ליב ברעסלוב איז ווייל דארט האט מען נישט קיין דיסעפוינטמענט'ס!
דער רבי קומט נישט ארויס מיט קיין פרישע אומבאקוועמליכקייטן, דו ביסט נישט כפוף צו קיינעמ'ס קאפריזן אין די מוסדות, אין ביהמ"ד, און ניטאמאל דארפסטו געבן קיין קוויטל-געלט פאר א גבאי
דו קענסט קומען און גיין כאוות נפשך, דו האסט א אומזעהבארע קשר מיט רבי נחמן וואס קיינער קען נישט אפהאקן אדער צושניידן ס'פארט א מחי' ווילאנג מ'וויל

זייער שיין, אבער האסט אביסל מגשם געווען מיין נקודה.

און כ'וועל מיר מסביר זיין. עס איז דא זייער אסאך רבי'ס ביי וומען עס קאסט א פרייז צו זיין א חסיד, און מיט דעם אלעם איז דער חסיד צופרידן.

מיין היינטיגער חידוש איז נישט געווען אז דער עולם לאווט ברסלב ווייל ס'איז פאר FREE, ס'איז גארנישט מחייב און ס'דיסעפוינט נישט. ניין. בכלל נישט.

מיין פוינט איז געווען, אז דער מענטש וואס זוכט אפנקייט, א טיפער קשר וואס איז אלעמאל אוועליבל, און ברענגט א שטארקע סיופק הנפש. פאר אים איז ברסלב א געוואלדיגער מיטל, היילונג און לעזונג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:07 pm
דורך אברך משי
אבער הא-גופא קען מען דן זיין אויב ס'איז מגשם געווען די נקודה, אדער דאס איז טאקע די נקודה, ותו-לא-מידי.
אויב וויל ער האבן צוטריט לדוגמא צו אזא סארט גוטער יוד ווי אמשינאווער רבי פון ארה"ק, עם פרעגן אויף יעדן טריט און שריט סיי אין עבודת ה' און סיי אין עצות טובות בגשמיות, אויב וואלט ער עס געקענט האבן גרינג וואלט ער עס בלי שום ספק געכאפט מיט ביידע הענט. אבער דא עקא אז פאר א געווענליכן מענטש איז עס ממש ווי על-מנת-שתעלי-לרקיע, די טויערן זענען פארמאכט פארן המון-עם, די סדר-היום איז אומעגליך נאכצוקומען, די שעות ארבעטן שווער, מדארף באקומען צוטריט און ווארטן אויף תשובות, מ'קען נישט סתם באמוטשענען יעדע שני וחמישי, און אזוי ווייטער. אבער אין ברעסלוב האט ער א אפענע טיר בכל עת ובכל רגע און ס'איז ממש א נחת

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:11 pm
דורך לבי ובשרי
אברך משי האט געשריבן:אבער הא-גופא קען מען דן זיין אויב ס'איז מגשם געווען די נקודה, אדער דאס איז טאקע די נקודה, ותו-לא-מידי.

אט אזוי.
און דערפאר האב איך מורא אז במידה מסויימת איז גאר גאר און נאכאמאל גאר שווער צו מקיים זיין דעם 'עשה לך רב והסתלק מן הספק'. ס'איז אויס וועלט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:04 pm
דורך קאצקע ציקער
ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל האב איך געמיינט אז דער ניק ברעסלבער האט עס געשריבן . עניוועיז איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט ר'נחמן הערט אויס? מען קען זיך אויסרעדן צו עים? און וואס ענטפערט ער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:09 pm
דורך מנחם ציון
לבי ובשרי האט געשריבן:
אברך משי האט געשריבן:אבער הא-גופא קען מען דן זיין אויב ס'איז מגשם געווען די נקודה, אדער דאס איז טאקע די נקודה, ותו-לא-מידי.
אויב וויל ער האבן צוטריט לדוגמא צו אזא סארט גוטער יוד ווי אמשינאווער רבי פון ארה"ק, עם פרעגן אויף יעדן טריט און שריט סיי אין עבודת ה' און סיי אין עצות טובות בגשמיות, אויב וואלט ער עס געקענט האבן גרינג וואלט ער עס בלי שום ספק געכאפט מיט ביידע הענט. אבער דא עקא אז פאר א געווענליכן מענטש איז עס ממש ווי על-מנת-שתעלי-לרקיע, די טויערן זענען פארמאכט פארן המון-עם, די סדר-היום איז אומעגליך נאכצוקומען, די שעות ארבעטן שווער, מדארף באקומען צוטריט און ווארטן אויף תשובות, מ'קען נישט סתם באמוטשענען יעדע שני וחמישי, און אזוי ווייטער. אבער אין ברעסלוב האט ער א אפענע טיר בכל עת ובכל רגע און ס'איז ממש א נחת

אט אזוי.
און דערפאר האב איך מורא אז במידה מסויימת איז גאר גאר און נאכאמאל גאר שווער צו מקיים זיין דעם 'עשה לך רב והסתלק מן הספק'. ס'איז אויס וועלט.

עשה לך רב שטייט אין ערגעץ אז דער רבי ברויך לעבן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 10:22 am
דורך [NAMELESS]
איך האלט נישט אז עס לוינט זיך צו איידענטיפייען עז עי ברסלבער אין געוויסע קאמיוניטיס.

העווינג סעד דעט- איך האלט אז ר' נחמן איז דער איינציגסטער וואס האט פארשטאנען דעם המון עם אין פראקטישן לעבן און עס לוינט זיך צו פארשטיין זיין מהלך החיים.

התבודדות/מיינדפולנעס- נישט האבן קיין פחדים - און כאפן א טענצל אנשטאט ווערן מיואש זענען ABC פון סייקאלאזשי.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 9:57 pm
דורך אישתישבי
פאליטיקאנט האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:פארדעם קענסטו זיך נעמען א ספר און ער זאל זיין דיין מורה דרך אל דע וועי!
יעדע ספק וואס דו האסט, לערן מיט אן אמת יענער ספר, און דו וועסט זעהן פלאות, איך רעד פון ערפארונג מ'זעהט אפענע זאכן
ס'קען אפילו זיין א פשוט'ער חומש

ס'קען אויך / אפי' זיין א פשוט'ע חומש????

ס'דארף ערשט צו זיין א פשוט'ע חומש, "אפשר" אויך אנדערע ספרים.

דערמאנט מיר דער מעשה, אמאהל האט א יינגל זיך געשפילט מיט א תניא, האט אים טאמער פין די חסידים אנגעשריגען, וואס מיינסטו דאס איז א חומש'ל?