בלאט 1 פון 1

שלום צווישן סאטמאר מאנסי און סאטמאר מאנסי?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 10:58 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב באקומען בילדער ווי סאטמאר מאנסיער רב געט די האנט פאר סאטמאר מאנסיער רב. מיינט דאס אז זיי מאכן א שלום?

Re: שלום צווישן סאטמאר מאנסי און סאטמאר מאנסי?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 11:14 am
דורך מארמאראשער
ווען האבן זיי זיך געקריגט אז זיי דארפן שלום מאכן?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

Re: שלום צווישן סאטמאר מאנסי און סאטמאר מאנסי?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:54 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ווי זענן די בילדער?
ב"ה, עושה שלום במרומיו וגו׳
ר׳ חיים יושע איז ביז יעצט נישט געגאנגען צו א מסיבה וואס ר׳ אברהם הערש איז דארט, מ׳ האט געדארפט קארדינעטן אז זיי זאלן נישט קומען די זעלבע צייט

שוין פאריגע וואך איז געווען א דורכברוך ווען סאטמאר חדר ויואל משה איז געגאנגען אויף א טריפ אין סאטמאר מהר"א קוטשערס קעמפ

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 1:25 pm
דורך היכי דמי
די בילדער זענען ביים נייען אפטיילונג פון חתונה דעפאו ווי זיי גייען אהערשטעלן עפארדעבעל פירניטשער פאר חתן-כלה אונטער די פאראיינגטע יחדיו קאמפיין פון אלע קהילות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:36 am
דורך שלמה המלך
ס'ערשטע בילד איז געוואלדיג
סאטמאר בעלזא און סאטמאר
מי מלל ומי פלל!
mushiach is on the way

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:41 pm
דורך אישתישבי
שלמה המלך האט געשריבן:ס'ערשטע בילד איז געוואלדיג
סאטמאר בעלזא און סאטמאר
מי מלל ומי פלל!
mushiach is on the way


עס איז שוין דא גענוג נייע רח"ל.

מיינסט טאקע אז די מחלוקת גייט אהן אויף אייביג?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:41 pm
דורך לך לך
דער אינגערמאן אויף רעכטס איז עפשטיין פון פעביווואד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:49 pm
דורך מפיל קינד
2000

צוויי ברודערס האבן זיך צוקריגט. מעידזשאר נייעס.

2020

צוויי פרעמדע מענטשן האבן זיך געגעבן די הענט.

2040

איין רבי האט נישט צוריקגעשטויסן ווען זיין ברודער האט אים געשלאגן.