בלאט 1 פון 2

רבי נחמן ליגט אין צפת

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:07 pm
דורך לכבוד שבת קודש
אט איז וואס ר' חיים רייכבערג שרייבט. מען קען אים אנרופן איבערפרעגן, ער רעדט מיט יעדן.

...
בעיני ראיתי ווי מ'האט אויפגעגראבן אין אומן דער ציון פון דעם צדיק , מעשה שהיה כך היה,פאר 20 יאר צוריק זענען מיר אנגקומען א ציבור פון 40 און די גרופע , ווינטער ביינאכט מתפלל זיין ביים ציון הק' פון רבי נחמן זצ''ל ,האט אונז דער גוי פון דער דירה וואס איז ביים ציון אריינגעריפען און געוויזען א טיפע לאך ביים ווינקעל נעבען קבר ווי מ'גראבט שוין א גאצען טאג,דערנאך זעען מיר ארויסקריכען פון דעם לאך מיט א האנטאך מיט עצמות ר''ל , דאס איז געווען פון נ' נח' נחמ' נחמן' 4 חברה זענען אווקגעפארן פון אומן קיין צפת מיט די עצמות, האלמינער רב ר' שלום יודא גראסס ווייטט אין צפת די נייע ציון פון רבי נחמן זי''ע , תושבי ארץ ישראל וואס קענען נישט פארן קיין אוקריינא לאור המצב וועלן מתפלל זיין ביים ציון אין צפת עיה''ק און אויסבעטן א שנת גאולה וישועה ,תשפ''א ת'הא ש'נת פ'עם א'חד ר' חיים רייכבערג 845.232.1049

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:16 pm
דורך ונבנתה העיר
גראס און רייכבערג, זענען נישט באקאנט מיט זייער נאמנות און חכמה.

כ'דערמאן זיך אז בימי חורפי האביך געהערט עפעס פון ר' איטשע מאיר, וועגן ר' נחמנ'ס ליגן אין צפת.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:20 pm
דורך מנחם ציון
נחום שרייט דעיס שוין יארן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:43 pm
דורך קאצקע ציקער
מנחם ציון האט געשריבן:נחום שרייט דעיס שוין יארן

נחום און גראסס זענען פאניע בראדט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:47 pm
דורך לכבוד שבת קודש
נו געגאנגען! - שיינער גייט אויפשטעלן א טענט אין צפת? - לאמיר מאכן עקשן!

איך הער אז ממש יעצט איז ארויסגעקומען א הסכם צווישן די ברסלבים מיט ביבי נתניהו, אז אומן וועט טאקע זיין פארשפארט, אבער פון די אנדערע זייט מוזן די ברסלבים נישט זיין אינדערהיים אויף ראש-השנה, זיי קענען ארומלויפן אויף די גאסן. ובזה יהיה שלום.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 4:16 pm
דורך [NAMELESS]
אויב אזוי וואלטן דאך אלע נאנאחס געבליבן אין ארץ ישראל, איז וואס קומען זיי צו פארן אויף אומאן?

ר' נחמן מ'ברעסלוב ליגט אין צפת?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:09 am
דורך בן ישי
א זוהן פון ר' מענדל רייכבערג האט געשריבן א בריוו אז ווען ער איז אמאל געפארן מיט איינע פון זיין טאטעס נסיעות אויף מקומות הקדושים 20 יאר צוריק האבן זיי געזעהן ווי ברעסלעווע חסידים האבן געגראבן ביים ציון אין אומאן אין ארויסגענומען עצמות קדושות און עס ארויפגענומען קיין א"י און עס באגראבן אין צפת.
ביי מיר האט די מעשה מיר קשיות ווי תירוצים...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
שוין געווען אן אשכול אויף דעם.
מיין שאלה איז, אויב איז עס אמת, פארוואס האבן זיי געלאזט די מענטשן אין די דארק ביז יעצט?

און, פארוואס פארן נאך אזוי סאך נאנאחס אויף אומאן? זיי וואלטן דאך אלע גידארפט בלייבן אין א"י לויט דעם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:25 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
גראדע שוין געהערט דערפון עטליכע יאר צוריק,
מיין שאלה איז נאר אז נניח אז זיי האבן טאקע ארויסגענומען די עצמות פון יענע קבר, אבער ווער זאגט אז דארט איז בכלל געווען די קבר פון ר' נחמן זי"ע ?
ס'איז זייער מעגליך אז במצוק העיתים איז פארלוירן געווארן דאס פונקטליכע פלאץ

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:37 pm
דורך מנחם ציון
על פי חשבון איז גאנץ אומאן פול מיט קברים
די גאנצע סיבה פארוואס ר' נחמן האט געוואלט ליגן דארט איז נאר וועגן ער האט געוואלט די קדושי אומאן כידוע
לעצטנס טוט זיך עפעס וועגן חפירות דארט (ווי נישט...)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 7:00 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
שוין דא נאך א אשכול פון דעם נושא
מנהל ביטע צוזאמענשמעלצן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 8:05 pm
דורך real fake news
ונבנתה העיר האט געשריבן:גראס און רייכבערג, זענען נישט באקאנט מיט זייער נאמנות און חכמה.

כ'דערמאן זיך אז בימי חורפי האביך געהערט עפעס פון ר' איטשע מאיר, וועגן ר' נחמנ'ס ליגן אין צפת.

ר איטשע מאיר האט גאנצע תורות פארוואס ר נחמן׳ס בחינת נשמה איז ביי קבר דוד (כבין נישט זיכער צו נשמה נפש אדער חיה וכו, אבער עפעס אזוי אז די נשמה איז ביי קבר דוד און אין אומאן איז עס בחינת נפש פון ר נחמן).

Re: ר' נחמן מ'ברעסלוב ליגט אין צפת?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:22 pm
דורך פאליטיקאנט
און צוואציג יאר צוריק האט שוין די ציון נישט געהערט צו קיין גוי....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:11 pm
דורך כרם זית
לויטן טעם אז די ענין פון גיין צו קברי צדיקים איז וויבאלד עס איז א מקום מסוגל לתפילה, צוליב וואס דארט ליגט דער צדיק'ס אויסגעארבעטע גוף, מאכט נישט קיין נפק''מ ווי ר''נ ליגט, ווייל די זעלבע פליספיה קען מען ניצן אויף א קבר ווי דער צדיק איז 'אמאל' געווען.

אזוי אויך לויטן טעם אז מגייט אויף קברים צו ווייזן דאנו חשיבים כמתים, איז מוראדיג געשמאק פארוואס אפילו בשעת א מגיפה ווילן מענטשן אהינגיין, און אפשר איז דאס אויך די טעם פארוואס יעדע מוצא ר''ה הערט מען ליידער פון טויטע מענטשן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:51 pm
דורך [NAMELESS]
כרם זית האט געשריבן:לויטן טעם

און לויט די אנדערע טעם?
מעשה בחסיד אחד שנתן דינר לעני בערב ר"ה בשני בצורת והקניטתו אשתו והלך ולן בבית הקברות

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 3:20 pm
דורך לך לך
מאטא פראנק לייקענט די גאנץע צפת זאך

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 9:49 pm
דורך אישתישבי
דעת האט געשריבן:
און, פארוואס פארן נאך אזוי סאך נאנאחס אויף אומאן? זיי וואלטן דאך אלע גידארפט בלייבן אין א"י לויט דעם.


ר' נחמן האט געזאגט אז מען זאל קומען קיין אומאן, נישט דווקא צו זיין קבר.

בדרך אגב, נישט אייביג איז דא ביינער בכלל נאך א לאנגע צייט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 10:58 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אישתישבי האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:
און, פארוואס פארן נאך אזוי סאך נאנאחס אויף אומאן? זיי וואלטן דאך אלע גידארפט בלייבן אין א"י לויט דעם.


ר' נחמן האט געזאגט אז מען זאל קומען קיין אומאן, נישט דווקא צו זיין קבר.

מקור??

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:18 am
דורך מפיל קינד
לך לך האט געשריבן:מאטא פראנק לייקענט די גאנץע צפת זאך

מאטא האט אויך געלייקנט בערלאנד'ס פרשה.

Re: ר' נחמן מ'ברעסלוב ליגט אין צפת?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:35 am
דורך א חסיד פון ווילנא
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:
און, פארוואס פארן נאך אזוי סאך נאנאחס אויף אומאן? זיי וואלטן דאך אלע גידארפט בלייבן אין א"י לויט דעם.


ר' נחמן האט געזאגט אז מען זאל קומען קיין אומאן, נישט דווקא צו זיין קבר.

מקור??
ר׳ נחמן האט גערעדט פון ר"ה בחייו צו זיין ביי אים
ר׳ נתן האט געזאגט לאחר פטירתו אז עס מיינט זיין ציון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:50 pm
דורך מנחם ציון
בעפאר דעם קריג איז כמעט קיינער נישט געפארן קיין אומאן (פון דאס ביסל ברסלב'ע חסידים וואס זענען בכלל געווען דאן) אבער זיי האבן אפגעהאלטן קיבוצים אויף ר"ה
אין ישיבת חכמי לובלין איז געווען איין קיבוץ, זינט די בחורים זענען אוועקגעפארן אויף בין הזמנים האט ר' מאיר שפירא ז"ל אוועקגעגעבן די ישיבה פאר'ן ברסלב'ער קיבוץ, ער האט געדינט אלס בעל תפילה
דאס איז אלעס באשריבן דורך ר' אפרימ'ל קארקובסקי
די וועלט האט זיך נישט אפגעשטעלט דאן אז מען קען נישט פארן קיין אומאן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:17 am
דורך אדונינו
געהערט פון א איש מהימן וואס האט געזעהן איין נאכט אין צפת (בערך 17 יאר צוריק) וואו ברסלב׳ע חסידים גראבן אויף די קבר, און האבן צוריק געטראגן די עצמות קיין אומן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:40 am
דורך בן ישי
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:שוין דא נאך א אשכול פון דעם נושא
מנהל ביטע צוזאמענשמעלצן

יישר כח פארן צאמשטעלן ביידע (איך האב נישט געהאט באמערקט אז ס'שוין דא אן אשכול)