בלאט 1 פון 1

הרב חיים צבי (הערש) מייזליש

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 4:25 pm
דורך צפור בודד
אפשר קען עמעצער באשרייבן ר' חיים הערש מייזליש. נישט דער פאליטיק מיט רא"ט נאר פשוט, מה טיבו. איז ער אן ערנסטער תלמוד חכם אדער סתם א מפלפל נוסח הונגריא? איז ער א צוגעלאזענער מענטש, וואס זענען זיינע כשרונות, שוואכקייטן, וואו האט ער געלערנט, האט ער עפעס געשריבן, איז ער באליבט ביי זיינע תלמידים, קהילה און מיט וואס, וכדומה? אלס אן אמעריקאנער, וויאזוי האט ער זיך צוגעפאסט צו ארץ ישראל, מיט וועם איז ער דארט נאנט? איז ער אן איש המעש, א רעדנער, אן אויפטוער? בקיצור, וואס פאר א סארט מענטש איז ער?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:37 am
דורך שמעון וואלף
אין בית המדרש האט איינער געזאגט אז ער איז א "מייזליש".
וואס מיינט דאס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:56 pm
דורך מנחם ציון
Capture.PNG

מיין סוירטש זאגט מיר אז די מייזלישעס זענען פון לואיזיאנא.....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:10 pm
דורך אויליגער
ער איז א זוהן פון ר בעריש מייזליש רב פון סאטמאר בארא פארק (53) איידעם פונעם רבין בעל ברך משה.
איידעם פון וויזניצע רבי פון בני ברק (ר ישראל)
2 מאל א פלומעניק פון סאטמאר רבי (ר אהרן)
א שוואגער מיט ר מענדעלע (וויליאמסבורגע רב זון פון ר אהרן) וואס איז א איידעם ביים פעטער ר בעריש.
זיין ברודער די מוהל ר מרדכי אהרן איז רב אין ביהמ״ד איחוד וואלאבאויט
אין די גלילות פון קרית יואל (בלומינגראו) איז זיין שוואגער ר יואל האלבערשטאם רב מטעם סאטמאר (ר אהרן)
זיין איידעם ר שלום טייטעלבוים האט איבערגענומען זיין טאטע ר לייבוש ז״ל אלס רב אין איחוד קאנטרי און אין ביהמ״ד ויואל משה אויף ראסס סט.

בקיצור סאיז געקניפט און געבינדען

Re: הרב חיים צבי (הערש) מייזליש

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:38 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
אויליגער האט געשריבן:ער איז א זוהן פון ר בעריש מייזליש רב פון סאטמאר בארא פארק (53) איידעם פונעם רבין בעל ברך משה.
איידעם פון וויזניצע רבי פון בני ברק (ר ישראל)
2 מאל א פלומעניק פון סאטמאר רבי (ר אהרן)
א שוואגער מיט ר מענדעלע (וויליאמסבורגע רב זון פון ר אהרן) וואס איז א איידעם ביים פעטער ר בעריש.
זיין ברודער די מוהל ר מרדכי אהרן איז רב אין ביהמ״ד איחוד וואלאבאויט
אין די גלילות פון קרית יואל (בלומינגראו) איז זיין שוואגער ר יואל האלבערשטאם רב מטעם סאטמאר (ר אהרן)
זיין איידעם ר שלום טייטעלבוים האט איבערגענומען זיין טאטע ר לייבוש ז״ל אלס רב אין איחוד קאנטרי און אין ביהמ״ד ויואל משה אויף ראסס סט.

בקיצור סאיז געקניפט און געבינדען
זיין שוואגער הרב ר' חיים צבי אשכנזי שליט"א איז
רב דביהמ"ד רב טוב בקרית יואל
בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן מהר"א
וחתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א
בד"וו, געבוירן א מיידעלע היינט, וועל מיר זען ווי די קידוש וועט זיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:51 pm
דורך מנחם ציון
זיין ברודער ר' זלמן לייב איז אן איידעם ביים ספינקער רבי (ווייס version) דער שווער פון דער הייליגער חיים מאיר'ל, וואס ער איז דער טאטע פון דער הייליגער שמחה'לע, און זוהן פון דער נאך הייליגערן מרכז ווישניצער רעבע, וועלכע איז א פעטער פאר ר' חיים הערש

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:56 pm
דורך פארווע חסיד
איך בין מיין איייייגענע זיידע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:41 pm
דורך דולה ומשקה
פארווע חסיד האט געשריבן:איך בין מיין איייייגענע זיידע


אכטונג להרהורים
https://www.youtube.com/watch?v=rXU-ZdmzNmo

פאר די וואס זענען נזהר עינים און ארויסהאבן קלארע דורך דייגרעם קען עס דא קוקן
https://www.youtube.com/watch?v=eYlJH81dSiw

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:43 pm
דורך כרם זית
[tag]דולה ומשקה[/tag] יישר כח יישר כח! האסט מיר ממש מחיה געווען.

יעצט האב איך מורא אז די ניגון ''איך פאר אראפ די טראו וועי מיט מיין מיני ווען'', קומט עכט מיט א ווייסע פיק אפ טראק אויף א טעקסאס'ע היי ווועי, ורק דפעסטע רב שינה מפני השלום.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:30 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
דולה ומשקה האט געשריבן:
פארווע חסיד האט געשריבן:איך בין מיין איייייגענע זיידע


אכטונג להרהורים
https://www.youtube.com/watch?v=rXU-ZdmzNmo

פאר די וואס זענען נזהר עינים און ארויסהאבן קלארע דורך דייגרעם קען עס דא קוקן
https://www.youtube.com/watch?v=eYlJH81dSiw



א פשוטע יבומות סוגיא...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:34 pm
דורך איך אויך
נו אויף יעדע פאר פאני ווערטער פן די גמ' טרעפט זיך היינט א שוטה וואס פאסט דערויף צו א גארביטש 'ניגון'.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:07 pm
דורך אישתישבי
ר' חיים הערש איז א אדם נפלא בין אדם למקום ובין אדם לחבירו אויסער ווי געווענליך, זייער א חשובער און א בעל מדות נישט קיין שטאלצער (רב וואזנער זצ"ל).