בלאט 1 פון 1
היסטארישע דיעל אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:53 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ק/פ
אין די מניטן ווערט געשלאסן די היסטארישע דיעל אין סאטמאר.
לוטן אפמאך וועט די בנינים און בני ברק ליגאל אריבער גיין צו צד מהר״א אין די בהמ"ד החדש אויף ווילסאן וועט אריבער גיין צו צד מהרז״ל.
צד מהרז״ל דארף בצאלען פאר צד מהר״א 17.3 מיליאן דאלער אזוי אוכעט דארפען זיי געבען איין קעמפ פאר צד מהר״א.
די דיעל איז צישטאנד געקימען דורך ר' מאיר זעליג ריספלער, ר' אברהם בראך, ר' משה פריעדמאן (משב"ק), מיט אב"ד סיגעט,
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:03 pm
דורך פערינא
וואס איז מיט די וואנט?
Re: היסטארישע דיעל אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:14 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך ווייס נישט מער דיטעילס, איך האב געשריבן וואס איך האב באקומען.
איך גלייב נאך נישט אינגאנצן, עס שטימט נישט
1) וואס איז מיט׳ן ביה"ח?
2) וואס איז מיט א שלום, גייט מען זיך טרעפן און לעבן ווי גוטע ברידער? הלוואי
3) צד מהר"א האט באקומען גאנץ ב"ב, א קעמפ, 17 מיליאן דאלאר, און צד מהרז"ל האט באקומען בעלות אויף איין בנין וואס 1) זיי האבן געהאט ביז אפאר יאר צוריק עניוועי 2) זיי האבן נישט וואס צוטון דערמיט?
ימים ידברו, האפענטליך וועט טאקע ווערן שלום דא און צווישן אלע יודן
איינער פרעגט, אז זיי האבן שלום געמאכטדץ מיינט אז איך קען מיך איבערבעטן מיט מיין ווייב אויך?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
צו מיר מאכט דאס אויך ווייניג סענס
1) די זאל און האטעל אין ב"ב ברענגט אריין אינקאם
2) די ארונים פייגערן פאר די דיעל גלייב איך אז די זאליס וועלן קוועטשען אזוי אז עס זאל זיך זיי לוינען
3) הרב בעריש אביו של הרב חיים הערש איז א גביר עד איז נישט מסתבר אז ער זאל דאס צולאזן אזוי פשוט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:58 pm
דורך גאנצל
מ'האט שוין געהאט גערעדט אמאל עפעס פון דעם איך האב מורא איינע פון די אזויגערופענע ווייסערס האבן זיך געוואלט גרויסן פאר זיינע חברים אויף וואצעפ האט ער ארויסגעלאזט אלטע סחורה ווי כאילו ס'איז ניי
איך זעי נישט פארוואס סאטמאר זאל אוועק געבן ווילסאן פאר די ביהמ"ד אין בני ברק
די ביהמ"ד אין בני ברק איז זיי נישט וויכטיג
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:35 pm
דורך מנחם ציון
[quote="א חסיד פון ווילנא"
ימים ידברו, האפענטליך וועט טאקע ווערן שלום דא און צווישן אלע יודן
איינער פרעגט, אז זיי האבן שלום געמאכטדץ מיינט אז איך קען מיך איבערבעטן מיט מיין ווייב אויך?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk[/quote]
וועם שטערט אז זיי קריגן זיך?
מיט אזעלכע קריגערייען ווער דארף שלום.....
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 4:54 pm
דורך אישתישבי
שלום למען המחלוקת
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
ק/פ
מאסיווע דיעל אינמיטן פלאנירונג שטאפלען צווישן די 2 סאטמארע פראקציעס.
סאטמאר פאדערט און באקומען פון די ארוינים
די ארוינים זאלן צוריקברענגן א נייע שטענדער וואס זיי האבן צובראכן שמחת תורה ביי די מהומות. - אריינגערעכנט א נייע באלעמער פארן פאליש
מען זאל צוריקברענגן די סאטמאר'ע ארגינעלע קרוין וואס האט באשיינט ביי די חתונות דורכאויס לאנגע יארן בחצר סאטמאר
מען זאל צוריקדרייען ר' משה גבאי'ס קאר וואס איז געווארן איבערגעדרייט דורכאויס די פרעות יענע 'א גוטן מועד' נאכט
ארוינים באקומען פון סאטמאר
זיך טיילן מיט די ירושה
בניני מתיבתא וואס איז ביז היינטיג פארוויקלט
בניני הקהלה והמוסדות אין בני ברק וואס איז פארשריבן אונטערן בעלות פון סאטמאר
און עמרם כהן באקומט צוריק זיין טלית וואס מ׳האט עם אראפגעפליקט ווען ער האט געטאנצן חסדי השם אויפן באלעמער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:30 pm
דורך אויליגער
נאך פון די לצים
Re: היסטארישע דיעל אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:47 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
געווען א October fools מוקדם
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:21 am
דורך מפיל קינד
גאנצל האט געשריבן:איך זעי נישט פארוואס סאטמאר זאל אוועק געבן ווילסאן פאר די ביהמ"ד אין בני ברק
די ביהמ"ד אין בני ברק איז זיי נישט וויכטיג
די ביהמ"ד אין בני ברק איז טאקע נישט וויכטיג. ר' חיים הערש אינדרויסן איז אבער וויכטיגער...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:33 am
דורך שמעון וואלף
מפיל קינד האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:איך זעי נישט פארוואס סאטמאר זאל אוועק געבן ווילסאן פאר די ביהמ"ד אין בני ברק
די ביהמ"ד אין בני ברק איז זיי נישט וויכטיג
די ביהמ"ד אין בני ברק איז טאקע נישט וויכטיג. ר' חיים הערש אינדרויסן איז אבער וויכטיגער...
אבער נאך ווי.
טאמער קענען די ארונים נישט מסדר זיין די ראש המרידה איז די גאנצע פארטיי א חוזק. דארט גייט דאך יעדע זאך בפקודת הגה"ק, ער גיבט נעמען פאר די גאסן, מאכט חתונה תקנות, און אפילו א מודעה צו זאגן ותן תל ומטר איז אויך געדריקט אינטער א לעטטערהעד פון די קהילה בנשיאות הגה"ק. דא ווייזט איינער א גרויסע פייג מיטן מיטעלסטע פינגער און טאמער שטעלט מען אים נישט אין פלאץ איז די גאנצע הארעוואניע פון די לעצטע צוואנציג יאר לטמיון.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:00 pm
דורך דולה ומשקה
דעתי הקלושה:
לאגיש און שכל'דיג גערעדט, ביז מהר"א'ס דרשה האט מען דאס געקענט אויסטייטשן ווי א מחלוקה אינערהאלב די מהר"א סעקציע, ביידע פארטייען האלטן ווייטער אז מהר"א איז הייליג און טייער, הוא ולא אחר איז מנהיג און פוסק אחרון.
יעצט, איינמאל מהר"א האט געהאלטן דעם "בן אחותו דרשה", אויסגעלאזט אלע זייטיגע פיטשווקעס, דא קען מען שוין נישט טענ'ען אז עס איז א מחלוקות אינערהאלב די קהלה, דער רבי (מהר"א) האט קלאר געלאזט הערן זיין מיינונג.
ממילא אויב האלטסטו נישט פון דיין רבי'ס ווערטער, און די ווילסט דווקא יא מיטגיין מיט הרב ר' חיים הירש,
דארף הרב ר' חיים הירש'ס פראקציע איהם זעלבסט בראשם, און זיך אויפמאכן א פרישע לאקאל, פשוט.
יא, ס'קען וויי טוהן, ס'קען אויפרעגן און אויפברויזן, אמת,
אבער דער שכל הישר פון נארמאלקייט זאגט - נאך דעם אפציעלע דרשה - איז אז זיך שלאגן צו זיצן דוקא אין דעם בנין אין נעריש, קינדעריש, און איגואיסטיש. פון דעם פונקט אין ווייטער וועט זיך הרב ר' חיים הירש ועדת מרעיתו זיך נאר דערקייקעלן אויף אראפ און גורם זיי איבד ממון ואיבד הדעת.
גיי נישט דארט ווי מ'דארף דיך נישט, און צווינג דיך נישט אריין צו דארט פון ווי מ'האט דיר ארויסגעווארפן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:14 pm
דורך אויליגער
לעגאל באלאנגט נישט די שול פאר מהר"א
ער האט עס נאר געהאט מכח סטאטוס קווא
אויב האט ר' חיים הערש רוב מענטשן איז ער לכאורה די סטאטוס קווא