בלאט 1 פון 2

ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:15 am
דורך דוראק
דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט (מיט זייער איבערטײטש אויף אונזער אידיש), אויב איר טרעפט באַ מיר עפּעס אַ וואָרט וואָס איר נוצט ניט, ביטע צייכנט צו!

וזה החלי בעזהי״ת:

ניטאמאל = בכלל ניט, איבערהויפּט ניט
מאנכע = אַ פולע
אפיר = פאָר(?)
פערצופאל = ???
עקסטער = ???

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 5:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מאנכע מיינט נישט א פולע, עס מיינט א טייל\אנדערע. 'מאנכע פוסקים' מיינט 'א טייל פוסקים' (פון די קאנטעקסט געדענק איך דער ווארט מימי בחרותי)

פערצופאל מיינט במקרה, צונעם די ווארט פאר צו פאל, אזוי ווי 'צופעליג'. עקסטער איז ענליך צו די ענגליש extra אין טייל קאנטעקסטן. איך בין נישט עקסטער אנציקט, מיינט I am not too excited וכדו'.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:00 am
דורך הוגה
אפיר = ארויס. אבער נאר אין די קאנטעקסט פון ארויסברענגן אן אביעקט. אין אלטע הגדות של פסח שטייט "צפון, מען ברענגט אפיר דעם באהאלטענע אפיקומן".

Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 9:21 am
דורך פאליטיקאנט
אפיר קען אויך אויסגעטייטשט ווערן אלס accountable, "איך וועל עם אפיר האלטן"....

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:10 pm
דורך יעקב מעקסוועל
ניטאמאל איז "אפילו נישט". קענסט מיר געבן אפאר דאלער? ניטאמאל א גראשן.
מאנכע פארשטיי איך ווי די לשון רבים פון יעניגער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע

Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:32 pm
דורך חתן בחור
מאנכע מיינט געוויסע.

די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:14 pm
דורך קאצקע ציקער
חתן בחור האט געשריבן:מאנכע מיינט געוויסע.

די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 11:36 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאנכע מיינט נישט א פולע, עס מיינט א טייל\אנדערע. 'מאנכע פוסקים' מיינט 'א טייל פוסקים' (פון די קאנטעקסט געדענק איך דער ווארט מימי בחרותי)

פערצופאל מיינט במקרה, צונעם די ווארט פאר צו פאל, אזוי ווי 'צופעליג'. עקסטער איז ענליך צו די ענגליש extra אין טייל קאנטעקסטן. איך בין נישט עקסטער אנציקט, מיינט I am not too excited וכדו'.

ליטוואק: אויב מ'ווילל דוקא פילאזאפירן קענמען זאגן אז דאס ווארט ...,אנט-ציקט"... באשטייט פון 2 סילאבלען. ממילא קומט עס מיט א טי"ת פאר די צד"י (ק)...!
נאר איך האב בילכערע (א ווארט וואס דוראק וועט זיכער וויסן דעם באדייט) דאגות ווי מ'ווערט אנטציקט מיט א טי"ת פאר'ן צדי"ק אדער ניט...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:02 am
דורך Billy
מאנכע האט די זעלבע באדייט ווי many אין ענגליש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:08 am
דורך קאצקע ציקער
Billy האט געשריבן:מאנכע האט די זעלבע באדייט ווי many אין ענגליש.

נאך א פשט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:45 pm
דורך קא משמע לן
ניטאמאל איז אזוי ווי nor און ענגליש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:35 pm
דורך מנחם ציון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:38 pm
דורך מנחם ציון
דוראק האט געשריבן:דרייענדיק זיך דאָ אין שטיבל, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פולע ווערטער וואָס אין אונזער היימישן אידיש קען מען זיי ניט. רוב ווערטער פאַרשטיי איך זייער פשט פון דעם קאָנטעקסט, אַ טייל פון זיי ווייס איך ניט עד היום וואָס זיי מיינען. אי״ה אין דעם אשכול וועל איך צוצייכענען די אַלינקע ווערטער?!? :טראכט וואָס איך האָב זיך דאָ אויסגעלערנט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:41 pm
דורך קאצקע ציקער
מנחם ציון האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

גיט געזאגט און דערפאר הייסט עס אין ענגליש creative

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:44 pm
דורך מנחם ציון
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:שעפעריש איז א שעפערישע ווארט געמאכט דורך שעפערישע מענטשן אז מען זאל מיינען אז זיי זענען שעפעריש

נאך א פשט

שעפעריש קומט פון שאפעריש
איינער וואס באשאפט זאכן\געדאנקען איז שעפעריש
דער "באשעפער" אין ענגליש איז "creator"

גיט געזאגט און דערפאר הייסט עס אין ענגליש creative

דערפאר האב איך געקוואוט דער פשט פון @רביה"ק זי"ע

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 4:56 pm
דורך יואליש
קא משמע לן האט געשריבן:ניטאמאל איז אזוי ווי nor און ענגליש.


ניטאמאל = not even, זו ואין צריך לומר זו

Neither nor = לא זו אף זו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 6:45 pm
דורך נײגעריגער
חתן בחור האט געשריבן:
די ווערטער וואס איך האב מיך אויסגלערענט דא איז, שעפעריש און סומעטאכע?

סוּמאַטוּכע כּצ"ל (פון רוסיש: суматоха, זעה דא viewtopic.php?f=7&t=13786)

עס מיינט שערוריה\סקאַנדאַל\טומל\בהלה\מהומה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
סקוטשנע ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:31 pm
דורך נײגעריגער
לאַנגװייליג - משעמם - boring

Re: ווערטער וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט אויף קאַווע שטיבל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:27 pm
דורך חתן בחור
ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:32 pm
דורך קאצקע ציקער
חתן בחור האט געשריבן:ווער האט געהערט פונעם ווארט ״נעמליך״? וואס מיינט דאס?

פאר א סיבה עפעס אזוי