בלאט 1 פון 2
נייע אויסגאבע: אותיות
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:12 am
דורך טיכטיגער
א נייע אידישע מאגאזין "אותיות", איז ערווארטעט צו ערשיינען אויף די שוין-אזוי-אויך-אנגעפילטע פאליצעס פון אידישע אויסגאבעס למיניהם.
ס'קומט ארויס אויף דעם יו"ט סוכות הבעל"ט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 12:12 pm
דורך פארווע חסיד
השגחה?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:35 pm
דורך עזריאל רוטנברג
גראדע געפעלט מיר שטארק דעם קלאסישן דעקל. אבי נישט די סענזאציע קעפלעך מיט די גרויסע נאזלעכער בילדער.
גיימער עס קויפן. אויב איז עס אינעווייניג אויך אויף דעם שניט איז עס יקר המציאות.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:47 pm
דורך גרעפיקסער
וואסיז דער חידוש וואס ער שטעלט צו?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:27 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:גראדע געפעלט מיר שטארק דעם קלאסישן דעקל. אבי נישט די סענזאציע קעפלעך מיט די גרויסע נאזלעכער בילדער.
צופרידן אז ס'דא נאך איינער וואס עקלט זיך פון דעם. א גרויל אימפארטירט גראד פון די אוממענטשליכע וועלט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:36 pm
דורך היכי דמי
גרעפיקסער האט געשריבן:וואסיז דער חידוש וואס ער שטעלט צו?
סודות פונעם אתרוג פעלד און זכרונות פון הרה״ק מסאטמאר זצ״ל. דארפסט נאך?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 8:08 am
דורך ארץ חמדה
מי זה ר' זלמן גלויבער דער שניצער? ער איז שוין אמאל געווען באשריבן?
וועלכע ארטיקל איז וויסנשאפט? און וואו זענען די פאעמעס און געזאנג?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:42 am
דורך טיכטיגער
זלמן גלויבער איז אן ארטיסט פון וויליאמסבורג, וועלכער איז א חידוש פאר א חסידישער אינגערמאן, ער איז א מומחה אין ערצייגן סקולפטורן און אנדערע קונסט וואס מ'זעט זעלטן ביים חסידישן עולם
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:23 pm
דורך [NAMELESS]
עני אפדעיטס?
איך הער אז עס פארט ארום א סעמפל, איינער קען עס אפשר אהערשטעלן ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:14 pm
דורך מונטסורי
זלמן גלויבערס אינסטעגראם, מומלץ:
https://instagram.com/zglauberאויף אייוועלט זע איך די אויסגאבע איז צוזאמגעשטעלט דורך יואל יונגערייז, א זון פון די מעלות ארויסגעבער. ער פלאנט עס פאר יעדן יאר פערטל. היינט איז עס שוין געווען אין די געשעפטען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 7:54 am
דורך עזריאל רוטנברג
עמעזאן האט געשריבן:איך הער אז עס פארט ארום א סעמפל, איינער קען עס אפשר אהערשטעלן ?
צו גרויס ארויפצולייגן דא, אבער איינער האט שוין געשטעלט א גוגל דרייוו לינק
https://drive.google.com/file/d/1ttsLRP ... sp=sharingארץ חמדה האט געשריבן:וועלכע ארטיקל איז וויסנשאפט? און וואו זענען די פאעמעס און געזאנג?
נישט אלעס שטייט אויפן דעקל. קוק די סעמפל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:36 am
דורך דער דארפסמאן
טיכטיגער האט געשריבן:זלמן גלויבער איז אן ארטיסט פון וויליאמסבורג, וועלכער איז א חידוש פאר א חסידישער אינגערמאן, ער איז א מומחה אין ערצייגן סקולפטורן און אנדערע קונסט וואס מ'זעט זעלטן ביים חסידישן עולם
ער איז א ברידער מיט פנחס גלויבער?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:40 am
דורך ארץ חמדה
אויב ר' יואלי יונגרייז איז טאקע אונטער דעם קומט זיכער מער חידושים ווי סודות פון פעלד און סאטמארער רב.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:40 pm
דורך דער דארפסמאן
פארוואס האלטסטו אזוי איך ציטער טאמער עס איז נאך א מעלות סטייל אויסגאבע
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:09 pm
דורך [NAMELESS]
וואס ציטערסטו, אז ס'נישט דיין סטייל קויף עס נישט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:29 pm
דורך דער דארפסמאן
ווייל אז איינער נעמט שוין די מי צו עפענען א נייע אויסגאבע הייבט זיך אן ביי מיר א שטיקל שמחה אז מ'וועט שוין האבן עפעס פריש נארמאל צי ליינען און אז איך וועל עס ליינען און זען אז עס איז נאך עפעס א נארישע אויסגאבע ווי די מעלות אוצרות אד"ג וואס באשרייבט ווי די רבי זי"ע האט געהאט אן אתרוג פון מאראקא תש"ד און די שווערסטע צייטן וועל איך שעלטען אינמיטן יו"ט פארשטאנען?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא צוויי עצות.
אחת, שעלט פאר יו"ט על תנאי.
והשנית האלט די ערווארטונגען נידריג. מעגסט לערנען פון עקספיריענס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 9:58 pm
דורך פארוואס?
איך האב זיך איינגעהאנדלט דעם אויסגאבע, און עס אדורכגעלייענט משך'ן יום-טוב, איך האב זייער הנאה געהאט פון די העכערע קוואלעטעיט.
איך פיהל אז דאס איז א נייע אייגנארטיגע שניט, עס ציהלט א ציבור וואס איז אינטרעסירט אין מער אינהאלטסרייכנדע און אינפארמאטיווע ארטיקלען.
צום ערשט, די באשרייבונג איבער "ישיבת חכמי צרפת" - די נושא איז זייער אינטרעסאנט און איז זייער פראפעסיאנעל באשריבן.
בצילא דמהימנותא - בין איך ווייניגער געווען אינטרעסירט. (איך בין נישט קיין סאטמערער תלמיד), איך גלייב אז עס איז דא אן אודיענץ וואס איז געווען אינטרעסירט דערין.
דערנאך די הלכה'דיגע חלק אתרוגים איז זייער רייך און גרונטליך, און באגלייט פיל מיט תורה'דיגע ידיעות אויף א העכערע מדריגה (דאס מאכט דעם אויסגאבע אן אויסשליסליכע תורה'דיגע אויסגאבע).
איך האב שוין געלייענט אסאך אין מיין לעבן וועגן אתרוגים, סיי הלכה'דיג און סיי פראקטיש. און איך בין נאך אלס געווען ערשטוינט צו זעהן אזויפיל נייע ידיעות. יעדע פאראגרארף איז געווען צו לעקן די פינגער.
דערנאך די אינטערוויו מיטן רב שליט"א און מיטן אתרוג סוחר, איז אויך געווען זייער אינפארמאטיוו און שיין געשריבן.
"כחומר ביד היוצר" איז ממש א טאפלטע ארט, א אטעם-פארכאפנדע אינטערוויו וואס טוהט קונסטליך מחבר זיין דעם לייענער מיט די נשמה פון ארט.
און צום לעצטנס "ענני הכבוד" - דאס איז געווען מיין פעיוואערעיט ווינקל, דאס ברענגט ארויף די לעוועל פון די גאנצע אויסגאבע צום נעקסטן שטאפל.
אלעס צוזאמען פארדינט עס דעם טיטל פון אן אייגנארטיגע אויסגאבע, מיט א באזונדערע שניט.
(איין נקודה וואס האט מיר אביסל געבאדערט, עס פיהלט ווי די אויסגאבע פראבירט זיך צו האלטן צו זייער א שטרענגע סטאנדארט, און איך האף אז דאס זאל נישט דארפן זיין אויפן חשבון פון די קוואליטעיט פונעם אויסגאבע).
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:36 pm
דורך טיכטיגער
נייע אויסגאבע וועט ערשיינען לכבוד חנוכה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 1:53 pm
דורך עזריאל רוטנברג
אויף אייוועלט טוט זיך א געשריי און א געפילדער וועגן די אויסגאבע, הייליג קעגן טמא, נישט געמאכט פאר אולטרא פרומע סאטמארע קעגן נישט געמאכט פאר כת מספרי לשה"ר. כ'קוק ארויס אויף די ריוויוס דא אויף קאווע שטיבל.
איך האב עס געליינט און מורא'דיג הנאה געהאט, די רייכקייט פון די ארטיקלען און טעמעס איז משוגע צו ווערן. נישט דא נאך אזא אויסגאבע אויף אידיש וויפיל כ'ווייס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:21 pm
דורך בן ישי
איך האב מיך נאכנישט איינגעהאנדעלט די נייע אויסגאבע (נישט געהאט באמערקט אז ס'איז ארויסגעקומען).
דעם סוכות אויסגאבע האב איך געליינט רוב דערפון און מורא'דיג הנאה געהאט פון די תוכן און פון די שריפט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:27 pm
דורך מנחם ציון
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:אויף אייוועלט טוט זיך א געשריי און א געפילדער וועגן די אויסגאבע, הייליג קעגן טמא, נישט געמאכט פאר אולטרא פרומע סאטמארע קעגן נישט געמאכט פאר כת מספרי לשה"ר. כ'קוק ארויס אויף די ריוויוס דא אויף קאווע שטיבל.
איך האב עס געליינט און מורא'דיג הנאה געהאט, די רייכקייט פון די ארטיקלען און טעמעס איז משוגע צו ווערן. נישט דא נאך אזא אויסגאבע אויף אידיש וויפיל כ'ווייס.
וועקער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 2:55 pm
דורך עזריאל רוטנברג
וועקער וועקט, אותיות איז נייטראלע אינטעליגענטע ליטעראטור. קען זיין וועקער איז וויכטיגער, אבער ס'צוויי אנדערע זאכן.
#צוויי חד בדרא