בלאט 1 פון 1
ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:32 am
דורך ספרא דמרא
די געפילן רוישן
מען קען זיי נישט פארשטילן
אזוי זיך צו אנטוישן
אנגעהויבן דאס יאר מיט שווארצע ברילן
נארוואס געטון מיינען
אז תכלה שנה
אבער אצינד מיר וויינען
וילך חרנה
נארוואס געבעטן ביים גאט
ער זאל זיך צו אונז נויגן
אבער דער מלך המשפט
האלט אונזערע העלזער אראפגעבויגן
נאך אזא שווערע יאר
מיר האבן שוין געוואלט פארגעסן
אוועקגעריסן נשמות אפאר
אין דעם יום הדין׳ס פראצעסן
מיר באוויינען דעם בראך
דער וואונד איז פיל מיט אייטער
ה׳ נתן וה׳ לקח
ווי שטעלט מען א טריט ווייטער
מיר וועלן ווייטער וויינען ביים תהלים
און פרובירן צורייסן דעם מחיצה אין הימל
אבער עליה השלם כל הקרבנות כולם
און בארואיג שוין דעם טומל
דו ביסט גערעכט און דיין משפט איז גערעכט
אבער טוה אונז אנווארעמען
כאטש אונז האבן זיך געפירט שלעכט
טוה זיך אויף אונז דערבארעמען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:35 am
דורך זבולון
די הארץ רייסט!
איך האב זיי ביידע געקענט.
עד מתי? גאט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:50 am
דורך מיינונגזאגער
אפשר בין איך נישט אויף די וועלט, און איך פרעג דא א נארישע קשיא.
אבער איך פרעג פארט, עס איז נישטא קיין ערגערע קשיא ווי די נישט געפרעגטע:
פון וועם איז די רעדע?
Re: ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:02 am
דורך שמעי'
מוישי הערצאג ע"ה און דוד צבי (המכונה דוטשי) שנעבאלג ע"ה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:15 am
דורך מיינונגזאגער
ישר כח פאר די אינפארמאציע.
וואס האט ל"ע פאסירט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:15 am
דורך שמעקעדיג
עפעס א עקסידענט לעבן מאנסי. זייער קאר האט אריינגעקראכט אין א טראק און די קאר האט געכאפט פייער און געמאכט א פירוש חי אויף 'ומי באש' רח"ל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:16 am
דורך מיינונגזאגער
אוי טאטע.
Re: ברוך דיין האמת א טרער אויף די פרישע קברים ל״ע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 10:36 am
דורך כגפן פוריה
נישט פשוט עפעס וויל מען פין אונז! מוצאי ראש השנה!
Sent from my moto e6 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 10:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
ווער איז די "מען"? און וואס ווילן זיי?
(שמעקט פון פאליטעאיזם...)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:41 am
דורך dan
ווייסט איינער צו סשוין סקעדשועלד די לויה?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:43 am
דורך פארווע חסיד
.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס האט עפעס א שייכות מיט די פאלם שטרימפ פעסטיבל?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
תכלה שנה וקללותיה.
צייט פאר תשפ"ב.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:53 am
דורך קוויטעל
זיי זענען ביידע געווען גרושים, אבער האבן זיי איבערגעלאזט קינדער?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 2:04 pm
דורך לך לך
קוויטעל האט געשריבן:זיי זענען ביידע געווען גרושים, אבער האבן זיי איבערגעלאזט קינדער?
איינער האט איבערגעלאזט 1 קינד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 3:19 pm
דורך דער דארפסמאן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:56 pm
דורך קוויטעל
ס'איז א ווייטאג, פארוואס אזוי ווייניג האבן זיך משתתף געווען ביים לויה, דאס צייגט זייער נישט גוט אין הימעל!
די צוויי וואס האבן נישט געהאט קיין גרינגע לעבן, און האבן זיך נאך אוועקגעגעבן פאר אנדערע צו העלפן, און ווייל זיי הייסן נישט הרבני הנגיד וכו' - דארף מען זיי נישט מכבד זיין במותם הטראגי??
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 6:59 pm
דורך פאליטיקאנט
הלווית המת איז פון אוכלי פירותיהם העולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.
אבער עס איז נישט קיין שום פראבלעם אז איינער האט א באשיידענע קליינע לוויה "רעלאטיוו" צו אנדערע. איך זע די קטרוג פארקערט, פארוואס האבן אנדערע פשוט'ע מענטשן גרויסע לוויות ווייל זיי הייסן הרבנית הנגיד, פארוואס זיצן נישט די מענטשן און זיי לערנען תלמוד תורה [וואס איז] כנגד כולם?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 7:50 pm
דורך [NAMELESS]
פאליטיקאנט האט געשריבן:פארוואס זיצן נישט די מענטשן און זיי לערנען תלמוד תורה ?
"מבטלין תורה להוצאת המת"?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 1:11 am
דורך קוויטעל
כ'האב יעצט געשמועסט מיט חברים מעמבערס. זיי דארפן ערנסט מענטל העלפ. איינס ביי איינס זענען זיי צעשאסן און צערודערט.
א נאנטער מיינער פון חברים זאגט מיר ער קען נישט שלאפן, זייט ער איז געווען פון די ערשטע וואס זענען אנגעקומען צום סצענע, און האט נאך געהערט מוישי שרייען פון די קאר, נעם מיך ארויס איך ווער פארברענט... און ס'נישט געווען מעגליך צוצוגיין און לעשן אין מינוטען, ביז ער איז שטיל געווארן נעבעך...