בלאט 1 פון 1

לחיים. מזל טוב, אידן. מזל טוב קאווע שטיבל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:21 pm
דורך berlbalaguleh
ווען איך האב, מיט א קורצע צייט צוריק אריינגעטשעקט אין קאווע שטיבל האביך באמערקט עפעס א מאדנע סעט פון ווערטער, וועלכע קלעבן זיך לכאורה נישט. והנה..."בערל בעל עגלה, שריפטשטעלער"...!

ווי ס'זעהט אויס האט מען אין הימל אנגעשריבן ( מסתמא דעם צווייטן טאג ראש השנה), ווען איך בין געפאללן ..."כורעים"...צוריקוועגס. ביים טענט, אין ביהמ"ד וואו כ'האב געדאוונט.

נאר עפ"י דרך הטבע. איז עס מסתמא געקומען ווייל די חשוב'ע הנהלה פון קאווע שטיבל (די אמת'ע מאכערס) האט איינגעזעהן אז ס'איז נישט מער ווי יושר מיר צו דערלאנגען דעם
..."שרביט הזהב"...פון דעם אלעמען געגארט'ן טיטל..."שריפטשטעלער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:28 pm
דורך berlbalaguleh
המשך פון פריער: אדער איז עס גאר געקומען וועגן די (שטארקע), אומאויפהערליכע השתדלות פון עטליכע חשוב'ע ניקס וועלכע האבן געהאלטן אז ס'קומט מיר דער טיטל עפ"י יושר...!

ווילל איך דא באדאנקען די אלע חשוב'ע אידן וועלכע האבן געהאט א חלק אין דעם.

איך האף בעז"ה צו שטיין אין די סטאנדארטן פון וואס ס'פארלאנגט זיך פון א ..."שריפטשטעללער"...! ממשיך צו זיין מיט מיינע אלטע סיפורי מעשיות. און אפשר אויפבאקן נייע. כדי ליהנות בהם בני אדם...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:05 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
זעהט מיר אויס אז די מאנסי'ער עסקנים האבן אריינגעלייגט כוחות לאור דיין זיך אריבערציען אהין...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:05 am
דורך שמעון וואלף
מזל טוב ר' בערל. כי לו נאה כי לו יאה כתר מלוכה. איך האב שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט אז אן בערעלע פעלט א שטיק חיות אין שטיבל.
האסט ערליך פארדינט דעם טיטל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:20 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: ייש"כ פאר דיינע גוטע ווינטשן. אי"ה ביי דיר אויף שמחות, בקרוב.

מכאן יוצא הקריאה צו די חשוב'ע הנהלה וועלכע ארבעטן זייער שווער שלא על מנת לקבל פרס. ביטע דערלאנגען דעם שרביט הזהב פאר אונזער חשוב'ן, לאנגיעריגן חבר. משמח אלוקים ואנשים...ה"ה הרב שמעון וואלף שליט"א (ס'וואלט אפילו געפאסט פאר אן עכטן נאמען אין ביהמ"ד.) זיינע ווערטער זענען (כמעט) אייביג אין פינטל. און ער מאכט מיך, און אנדערע אידן, שמייכלען מיט זיינע טרעפליכע פערל ווערטער. אפילו זיין אייקאן מיט דעם אומ-אויפהערליכן לויפן פונ'ם וואלף דערהייבט מיר די מוד. איך קען שטיין און קלאצן אויף דעם זאב לא יטרף וועלכער גייט און גייט. און קומט קיינמאל נישט אן. פאר שעות ארוכות (ווען כ'האב נישט עפעס בעסער צו טון.)...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:40 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
ער' בערל-באלעגאלע שליט"א,
ליינענדיג צווישען דיינע פערל ווערטער האב איך זיך אנגעטראפן מיט אזוינע ווערטער ווי קאווע שטיבל, כורעים...
האב איך זיך דערמאנט א וויכטיגע אנזאג וואס איז אנגעזאגט געווארן פאריאר ערב יוה"כ, דורך די וועד המעוררים העומדים לגדור פרצות כלל ישראל, וז"ל:
"אויב איר ניצט פאר יום כיפור קאפעין ספאזעטארי - ביטע גיט אכט אז די קאווע זאל זיך נישט אויסגיסען בשעת ווען איר פאלט כורעים...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 1:49 pm
דורך מנחם ציון
מזל טוב בערעלע!!
אז בערל קען קענט איר אויך....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:50 pm
דורך צפור בודד
בערעלע טייערער, איך וויל נישט חלילה רעגענען אויף דיין פאראדע, אדער אידיש געזאגט, פישן אויף דיינע פאקלען, אבער אפשר, אולי, האסטו ערליך געדאוונט ביי וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם ועיין רש"י על ואתחנן אל ה'...

שוין, ס'איז עשי"ת והעולה לגדולה מוחלין על כל עוונותיו און א ווארעמער מזל טוב!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:55 pm
דורך קאך_לעפל
צפור בודד האט געשריבן:בערעלע טייערער, איך וויל נישט חלילה רעגענען אויף דיין פאראדע, אדער אידיש געזאגט, פישן אויף דיינע פאקלען, אבער אפשר, אולי, האסטו ערליך געדאוונט ביי וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם ועיין רש"י על ואתחנן אל ה'...

שוין, ס'איז עשי"ת והעולה לגדולה מוחלין על כל עוונותיו און א ווארעמער מזל טוב!


דו טיפוש איינער....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:17 pm
דורך צפור בודד
קאך_לעפל האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:בערעלע טייערער, איך וויל נישט חלילה רעגענען אויף דיין פאראדע, אדער אידיש געזאגט, פישן אויף דיינע פאקלען, אבער אפשר, אולי, האסטו ערליך געדאוונט ביי וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם ועיין רש"י על ואתחנן אל ה'...

שוין, ס'איז עשי"ת והעולה לגדולה מוחלין על כל עוונותיו און א ווארעמער מזל טוב!


דו טיפוש איינער....

ראשית כל, "טיפש".
ולענינינו, הייסט עס אז איך שטיי אייניג מיט פעלאסי און שומער און אלע דו באטיטלסט טפשים פאר נישט מיטהאלטן מיט דיין גאט, דער טיפש-אין-טשיף. א דאנק דער קאמפלימענט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:21 pm
דורך קאך_לעפל
צפור בודד האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:בערעלע טייערער, איך וויל נישט חלילה רעגענען אויף דיין פאראדע, אדער אידיש געזאגט, פישן אויף דיינע פאקלען, אבער אפשר, אולי, האסטו ערליך געדאוונט ביי וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם ועיין רש"י על ואתחנן אל ה'...

שוין, ס'איז עשי"ת והעולה לגדולה מוחלין על כל עוונותיו און א ווארעמער מזל טוב!


דו טיפוש איינער....

ראשית כל, "טיפש".
ולענינינו, הייסט עס אז איך שטיי אייניג מיט פעלאסי און שומער און אלע דו באטיטלסט טפשים פאר נישט מיטהאלטן מיט דיין גאט, דער טיפש-אין-טשיף. א דאנק דער קאמפלימענט.


גערעכט, גערעכט, " נאדיר עס ריכטיג, דו טיפש איינער"

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
צפור בודד האט געשריבן:בערעלע טייערער, איך וויל נישט חלילה רעגענען אויף דיין פאראדע, אדער אידיש געזאגט, פישן אויף דיינע פאקלען, אבער אפשר, אולי, האסטו ערליך געדאוונט ביי וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם ועיין רש"י על ואתחנן אל ה'...

שוין, ס'איז עשי"ת והעולה לגדולה מוחלין על כל עוונותיו און א ווארעמער מזל טוב!

ציפור בודד: ייש,כ פאר דיינע ווארימע ברכות און גוטע ווינטשן. פונקטליך וואס רש,י זאגט אין פ' ואתחנן ווייס איך נישט. איך בין נישט אזא גרויסער ת"ח. אבער איין זאך איז זיכער. אפילו דו ווילסט פישן אויף מיינע פאקלען (כלשונך הטהור) וועט עס נישט ארבעטן. ווייל מיינע פאקלען ברענען (ב"ה) מיט אזא שטארקייט אז אפילו די שטארקע אלקאלין פון דיין השתנה (סייענטיפיש גערעדט) קען עס נישט פארלעשן...!

נ.ב.: פרעג ביי אונזער רעזידענט סייענטיסט און פילאזאף הרב מי אני שליט"א וואס די כעמישע קאמפאזיציע פון רוב מענטשנס השתנה איז געמאכט פון...!