בלאט 1 פון 1
אזוי צו אזוי?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:03 am
דורך פאליטיקאנט
יעדע שטיק צייט באמערק איך א ווארט וואס איך בין רגיל צו ליינען און שרייבן איינוועג, אבער א געוויסע רעספעקטפולע שרייבער שרייבט אנדערש און עס וואונדערט מיך וועלכע אויסלייג איז די ריכטיגע.
א שטייגער ווי
סאמאטוכע אדער סומאטאכע .
דעריבער עפן איך דעם אשכול צו פרעגן מיינע ספיקות דא.
ספעקטאקל אדער ספעקטאל?איך האב אלץ פארשטאנען אז עס קומט פונעם ענגלישן ווארט spectacle, אבער כ'האב שוין א שיינע פאר מאל געליינט / געהערט אן די צווייטע ק', אבער יעצט אז אזא פרעסטיזשפולע שרייבער ווי [tag]קאך לעפל[/tag] האט עס
געשריבן די צווייטע וועג, בין איך מסופק אפשר שטאמט עס פון א צווייטע שפראך און ענדלט מער אין יענעם דיאלעקט?
אלזא וועלכע איז די עכטע אויסלייג / אויסדרוק?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:27 am
דורך [NAMELESS]
אידיש איז א מחי'. מען קען אייביג צובאקן ווערטער.
אבער אויב ספעקטאקל איז די טרענסלעישן פאר spectacle דעמאלץ באלאנגט דארט א צווייטע ק.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 1:14 am
דורך טיכטיגער
ריכטיג איז ספעקטאקל.
ספעקטאקל איז א מחזה. ס'איז געווען א קאמישן ספעקטאקל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:51 am
דורך אישתישבי
אויף דייטש איז עס שפעקטאקעל, און אויף פויליש ספעקטאקל, מיט שטערקערע וואקאלן ווי אין ענגליש, וואס מאכען אלץ א שווא.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:11 pm
דורך צ. למדן
נישטא אינעם ווערטערבוך א ווארט ספעקטאל נאר ספעקטאקל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:17 pm
דורך צ. למדן
.
Re: אזוי צו אזוי?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:12 am
דורך פאליטיקאנט
@berlbalaguleh
איך זע דו שרייבסט אייביג וויל אדער זאל מיט א דאפעלטע למד (ווילל / זאלל), -וואס אגב מיך פערזענליך קריכט עס אביסל-, וואס איז פשט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:24 am
דורך אישתישבי
איך מיין אז דער בית יהודה חומש שרייבט אזוי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 2:16 am
דורך [NAMELESS]
אין ענגליש שרייבט מען אויך will
Re: אזוי צו אזוי?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 3:21 am
דורך פאליטיקאנט
יא, אבער דאכצעך אז ווילן איז נישט א ענגלישע ווארט וואס האט זיך לעצטנס אריינגעכאפט אז מ'זאל(ל) עס שרייבן אזויווי אין ענגליש......
מיין שפעקולאציעַ איז, אפשר פלעגט מען עס אזוי שרייבן?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 1:09 am
דורך נײגעריגער
מע פלעגט זעכער אזוי שרייבן,
א גוגל זוך װייזט אז "װילל" און "זאלל" טרעפט מען אָפט אין עלטערע אידישע שריפטן (צירקע 1840-1900), לדוגמא
https://books.google.com/books/about/%D ... aPtgAACAAJ, די עקסטערע למ"ד האט אבער אין פלוג נישט קיין פּשט און קען טאַקע צומאָלל א קריך טאָן אויף די געהירן.
װילל איז מעגליך א טראַנסליטעראַציע פינעם דייטשן woll, וראיה לדבר אז מ'טרעפט עס אין שטאַרק דייטשמערישע ביכער. למשל די דאזיגע אָנװייזונגען איבער "מיטטעל צו פארהיטען דיא כאלערא"
https://books.google.com/books?id=l8VXA ... 9C&f=false, (דבר בעתּו מה טוב)
די פראַגע איז אבער אז די דייטשע װארט פאר "זאָלל" איז lass, טאָ װי קומט דער צװייטער למדן אהער
כעין זה זעהט מען אמאָל (בעיקר) היימישע שרייבן "זוממער", לכאו' א דירעקטע טראַנסליטעראַציע פון ענגליש, װאס גייט אויף די נערװן.
נו שוין, קיינמאל קיין ערגערס

"זאלל זיין" האט דער רבי געזאגט..
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 1:13 am
דורך נײגעריגער
מ'פלעגט אויך שרייבן "אללע" װי אין דייטש,
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 1:16 am
דורך רביה''ק זי''ע
נײגעריגער האט געשריבן:כעין זה זעהט מען אמאָל (בעיקר) היימישע שרייבן "זוממער", לכאו' א דירעקטע טראַנסליטעראַציע פון ענגליש, װאס גייט אויף די נערװן.
איך מיין אז אין אלע גערמאנישע שפראכן אויסער נעדערלענדיש שרייבט מען מיט א דאפעלטע מ"ם, אזוי איז אין הויכדויטש, שוועדיש, נארוועגיש/דעניש, און פריסיען.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 11:36 am
דורך נײגעריגער
ריכטיג, אבער די היימישע שרייבער נעמען עס פון ענגליש