בלאט 1 פון 1

מאסקעס קעגן בילדער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:03 am
דורך אבשלום בן מעכה
איך וועל אנהויבן מיט דעם:

פארהאן א געוויסע אדמו"ר, וואס איז שטארק מקפיד קעגן בילדער און בימים עברו פלעגט ער זיין שטארק בצער יעדע מאל וואס ער האט געזען זיין בילד ערשיינט ערגעץ. ס'איז אים ממש געגאנגען בנפשו, ער האט געשיקט בריוו, זיך ממש געבעטן און זיך געערגבעט און געטון וואס ער האט נאר געקענט דאס צו פארמיידן, עד כדי כך אז ער פלעגט זיך מונע זיין פון גיין אויף שמחות בלויז צוליב דעם פאקט אז מענטשן נעמען פארט יא בילדער פון אים.

אין די לעצטע תקופה האט ער זיך אן עצה געגעבן, און ער האט אנגעטון טונקעלע ברילן, אזוי פארדעקט עס זיינע אויגן און אצינד איז ער רואיג דערמיט, יעדער קען שוין נעמען בילדער און ס'איז שוין נישט אים, זיינע אויגן זענען שוין פארדעקט... דערמאנט אביסל פון די ענגלישע ביכער אין חדר, וואס דער הנהלה האט אויסגעשטראכן די אויגן פון די מענטשן, אזוי זאל עס נישט זיין קיין עכטע בילד, מאנכע פלעגן אזוי טון מיט די דאליס פון די קליינע, ארויסגענומען די אויגן, און אזוי פעלט דאס געזוכט. פיין, ער טוט אויך אזוי, ומבחינתו איז שוין דער בילד נישט קיין חלות פון א בילד, דאס איז נישט ממש אים, ווייל די אויגן פארדעקן א חלק פון זיין געזוכט. לפי דעם זענען אלע בילדער פון הרב עובדי' יוסף כשר, דען ער פלעגט דאך גיין מיט טונקעלע אויגן-גלעזער, אדער די בילדער פון - ווי אזוי הייסט ער נאר? - דער ציוני מיט איין אויג צוגעדעקט - זיינע בילדער זענען כשר... ס'קומט מיר פאר ווי דאס קינד וואס דעקט זיך צו די אויגן און שרייט "קיינער קען מיך נישט זען"...

איך האב יעצט א מורא'דיגע הצעה פאר אים, און פאר אלע וואס זענען מקפיד אויף בילדער. טוט אייך אן מאסעקס! - סיי ווי ווערט עס שוין כמעט אפיציעל פארלאנגט, געוויסע רעגן זיך שוין אז מען זעט נישט גענוג היימישע אידן און פירער אנגעטון מיט מאסקעס. און נאכמער, לעצטנס אז א בילד פון א געוויסן אדמו"ר איז ערשינען מיט א מאסקע, האט עס ארויסגעברענגט פאזעטיווע געדאנקען אין די וועלט און דער חרון אף אויף היימישע אידן איז עטוואס אראפ, אזוי אז מוסדות התורה זענען שוין ווייניגער אין סכנה.

א מאסקע, פארדעקט א שיין חלק פון די געזוכט. נאכמער, עס איז פארהאן די געלעגנהייט דאס אויסצושפרייטן און צודעקן דערמיט א שיין חלק פון דאס געזוכט, אזוי ווי די מחמירים טוען כסדר, פון איבער די נאז ביז אונטער די בארדע, כמעט ביז די אויגן. דאס איז דאך זיך צודעדעקט למהדרין מן המהדרין. נישט אזוי? - לכאורה איז דער אפעקט דערין פיל שטערקער ווי די ברילן זעלבסט. אלזא, פארוואס נישט מאסקעס?

נאכמער, דער פריערדערמאנטער אדמו"ר, האט געהאט א פלאן, נאך איידער די ברילן איז ארויפגעקומען אויפן טיש, צו מאכן א פאטענט, אז א פארטעך זאל ארויסקומען פון זיין שטריימל, וואס זאל צודעקן זיין פנים און אזוי ארום זיצן ביי שמחות אינגאנצן פארדעקט. ווען די ברילן איז ארויסגעקומען, איז ער געווארן רואיג און צופרידן מיט די ברילן, און זאגאר מקדיש געווען א תורה איין שבת, ארויסצוברענגען אז מען דארף יא גיין מיט די ברילן, לאפיקי פון אנדערע וואס האבן אים פראבירט מיט גוטן אפצורעדן דערפון.

האב איך אסאך א קלוגערע עצה: טוט אייך אן מאסקעס, מ'וועט אייך סיי ווי נישט זען - פארקערט! - טוט ביידע, סיי די טונקעלע ברילן און סיי די מאסקע. פאר א נויט קענט איר צולייגן א שטיקל סחורה פון דער שטריימל ביז די אויגן, אזוי וועט איר זיין ממש אבער ממש צוגעדעקט.

בקיצור, מיין שאלה איז: ברילן יא און מאסקעס נישט?

יתגדל ויתקדש שמיה רבה...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 9:15 am
דורך איך אויך
שרייבסט גוט. דער רבש''ע זאל העלפן זאלסט אגאנץ יאר, און אלע יארן נישט טראגן קיינע שווערערע דאגות.

Re: מאסקעס קעגן בילדער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 11:51 am
דורך מי אני
הא׳מיר שוין א קשר. אונז זעה׳מיר אז משרע״ה האט אנגעטוהן א מסוה (שמות לד לג) (וואס איז צושטאנד געקומען נאך דעם וואס די אידן האבן עובר געווען אויף (שמות כ ד) לא תעשה לך פסל כל ״תמונה״...) און ביי אים טרעפן מיר (ב״ב עה.) אז פניו כפני ״חמה״ [״זון״-גלעזער]... :D