ויהי אחרי הדעבאטע.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

ויהי אחרי הדעבאטע.

שליחה דורך גבור חיל »

נעכטן נאכט איז פארגעקומען די ערשטע דעבאטע צווישן פרעזידענט טראמפ און דזשאו ביידען, די מאדערעיטער איז געוועזן קריס וואלעס פון פאקס נויז.

און דאס איז וואס איך האב ארויס גענומען פון די דעבאטע.

איך האב פארלוירן עטליכע מוח צעלן קוקנדיג די דעבאטע, דאס איז עכ"פ זיכער.

די דעבאטע בכלליות איז געוועזן א מין שיט שאו אז ס'איז נורא נוראות... נישט טראמפ און נישט ביידען האבן גערעדט צו די זאך, מען האט זיך ארום געהארגעט א גאנצן צייט ווי קליינע קינדער, און דער מאדערעיטער וואלעס האט נאר ערגער געמאכט.

די טראמפ'יסטן טענה'נען אז טראמפ האט דעבאטירט צוויי אנשטאטס איינעם, ווייל וואלעס איז געוועזן שטארק בייעסד.

די ביידען שטיצער צוזאמען מיט די מעין סטריעם מידיאו זאגן אז ביידען זאל סקיפן די נעקסטע צוויי דעבאטעס, און איך פארשטיי נישט פארוואס, ביידען איז אריין געקומען זייער שטארק נעכטן.

ביידע האבן צוזאם גערעדט א וועלט מיט ליגענט.

טראמפ טענהט אז ער האט געצאלט מיליאנען אין טעקסעס יארע 2016 און די ריטורנס וואס די טיימס האט געליקט איז פאלטש, אויב אזוי פארוואס האבן רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט גערופן פאר א אויספארשונג אין די IRS וויאזוי ס'האט געליקט? ס'איז דאך מילא פאלטש?

טראמפ האט געטון א גרויסע מיסטעיק מיטן אפציעל זאגן אז ער דיסעגריט מיט זיינע דאקטורים איבער די וואקסין.

ביידען האט פשוט און פראסט געלייקענט די 3.5 מיליאון דאלער וואס סענאט זאגט אז זיין זון האט באקומען פון די ווייב פון די מאסקעווע מעיאר.

ביידען האט גראב ליגענט געזאגט ווען ער האט געזאגט אז טראמפ האט נישט אראפ געריקט די דראג פרייזן.

ביידען האט נאכאמאל געניצט די סאקערס און לאזערס פון אטלאנטיק וואס 23 אפישעלס האבן עס געלייקענט אן דע רעקארד, און אטלאנטיק האט שוין אויך געזאגט אז ס'איז מעגליך פאלטש, בו בעת וואס ער האט געלייקענט אז ער האט גערופן סאלדאטן סטופיד בעסטערטס וואס איז דא אויף ווידיאו און זיין קאמפיין האט עס באשטעטיגט.

ביידען האט ווייטער נישט גענטפערט אויף די שאלה צו ער גייט פעקן די סופרים קארט, אזאך וואס סיי ער און סיי קאמאלע האלטן נישט ביים ענטפערן, און די ראדיקאלע לינקע ליבעראלן זאגן אז זיי גייען עס טון.

טראמפ האט געטון א קליגע זאך מיטן ארויס ריקן א סטעיטמענט פון ביידען אז ער שטיצט נישט די ראדיקאלע גרין נא דיעל, וואס אויף זיין וועבזייט שטייט אז ער שטיצט עס יא.

ביידען האט א גאנצן צייט גערעדט גראד אריין אין די קעמערע וואס האט אים געמאכט אויסקוקן זייער גוט.

די טראמפ קאמפיין האט געטון א גרויסע מיסטעיק מיטן אראפ מאלן ביידען ווי א פארקאלעכטער וואס קען קיין גראד ווארט נישט זאגן, יעצט האט ער עכט גארנישט געדארפט זאגן נאר רעדן צו די זאך און ער האט עס שוין געמאכט.

קריס וואלעס די מאדערעיטער שטייט אויס גרויס קריטיק פארן זיין זייער איינזייטיג.

ער האט אריינגעהאקט אין טראמפ 76 מאל און אין ביידען 15.

ער האט געהייסן טראמפ קאנדעמען ווייסע סופערמעסיסטן וואס טראמפ האט אויפן פלאץ געטון, און האט שוין געטון אסאך מאל, אבער האט נישט געהייסן ביידען קאנדעמען אנטיפא.

ער האט געפרעגט טראמפ איבער זיינע טעקסעס, אבער קיין ווארט נישט גערעדט צו ביידען איבער די רוסישע געלטער און איבער די אוקריינישע אויספארשונג.

יעדעס מאל וואס טראמפ האט פרובירט צו ענטפערן ביידען האט ער געהייסן גיין ווייטער.

איך גלייב נישט אז איין מענטש האט זיך געטוישט פון די דעבאטע, מהאט קיין איין טאפיק נישט קלאר אויסגעשמועסט.

למעשה, ביידען איז אריין געקומען סאך שטערקער ווי געראכטן, אבער די גאנצע זאך איז געוועזן א טאטאלע מעס און מיך געגעבן שווערע קאפ וויי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גבור חיל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

איז ביידען יא געווען ״ווייערט״ אדער נישט? ס׳איז א מחלוקת ה׳מידיא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איין זאך איז זיכער, יוסל ביידן האט זייער גוט אויסגענומען, ס'האט זיך אינגאנצן נישט אנגעזען אז ער וועפט אויף תולה ארץ. דאס איז געווען א שטארקע איבעראשונג. די סאציאליסטן פרייען זיך אז די איינציגסטע קוואליפעקאציע וואס ר' יוסל האט איז אז ער איז עטוואס ביי זיך האט זיך ארויסגעשטעלט דורכאויס די געפעכט (דעבאטע).
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

מ גפני האט געשריבן:איז ביידען יא געווען ״ווייערט״ אדער נישט? ס׳איז א מחלוקת ה׳מידיא


די טראמפ'יסטן שאלן מיט א ווידיאו וואס צייגט אפציעל א ווייער וואס שטעקט זיך בטעות ארויס פון זיין אנצונג.

ווי אויך מיט דעם בילד,

20200930_114900.jpg


וואס צייגט עפעס א שטיקל ביי זיין ארבל, אבער די דעמאקראטן זאגן אז דאס איז עפעס א געדענקמאל פאר זיין פארשטארבענעם זון... גיי ווייס...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ויהי אחרי הדעבאטע.

שליחה דורך פאליטיקאנט »

די רעכטע הערן נישט אויף מיט טענות אויף וואלעס אז ער איז געווען איינזייטיג און קעגן טראמפ, איך זע עס באמת נישט אזוי.

נאר טראמפ האט זיך ממש אויפגעפירט ווי א קינד ך, און וואלעס האט עם מער מאל פארשטילט פשוט וועגן דעם. אדרבה קוקט די ערשטע פאר מינוט פונעם דעבאטע, ווי טראמפ לאזט "קיינעם" נישט רעדן, ולא עוד טראמפ האט נישט אויפגעהערט איבער'חזר'ן זיינע פאר פראזען אקעגן ביידען, און פראסט איגנארירט די שאלות פון וואלעס (ווען מ'האט געפרעגט אויפן וויירוס האט ער געענטפערט וועגן עקאנאמיע... און אזוי מיט אנדערע סעגמענטס, געהאט נישט געהאלפן ווען וואלעס האט עם פרובירט זאגן אז מ'גייט שוין צוקומען צו וואס ער וויל זאגן.....)

און בכלל די טענה אז טראמפ גייט אויך דארפן דעבאטירן וואלעס, האט מען שוין געהערט נאך פארן דעבאטע פון געוויסע רעכטע (און טראמפ האט עם עס אויך געזאגט ביי די ערשטע געלעגנהייט)........


יא ביידען איז אריינגעקומען זייער שטארק און טאקע גערעדט דירעקט צום אמעריקאנע פאלק (אריינקוקנדיג אינעם קאמערע), און איבערגעגעבן זיין מעסעדש וואס ער וויל זאגן - ער האט טאקע אסאך ליגנט געזאגט אבער ארויסגעברענגט 'אביסל' וואס ער וויל.

טראמפ לעומתו האט כמעט גארנישט ארויסגעברענגט און זיכער נישט צום פשוט'ע אמעריקאנער.



בדרך אגב פארשטיי איך נישט וואס די טענה איז אויף ביידען אז ער האט גערופן די מיליטערלייט 'סטופיד בעסטערדס', אויפ'ן קליפ זעט מען קלאר אז ער זאגט עס בדרך חיבה, פונקט ווי ווען איינער בארימט זיך מיט זיין אייגענעם קליינעם קינד אז "ער איז א קליינע גנב'ל - איך וויל עם אויפעסן", ווערט ער נישט קיין רוצח און עביוזער.....


און פון די בילדער זעט גראדע יא אויס אז ביידען האט פארמאגט א ווייער (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס האט געארבעט, אבער מ'זעט עס גאנץ קלאר), אויב עס מאכט אויס.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

פאליטיקאנט האט געשריבן:בדרך אגב פארשטיי איך נישט וואס די טענה איז אויף ביידען אז ער האט גערופן די מיליטערלייט 'סטופיד בעסטערדס', אויפ'ן קליפ זעט מען קלאר אז ער זאגט עס בדרך חיבה, פונקט ווי ווען איינער בארימט זיך מיט זיין אייגענעם קליינעם קינד אז "ער איז א קליינע גנב'ל - איך וויל עם אויפעסן", ווערט ער נישט קיין רוצח און עביוזער.....

פונקט ווי טראמפ האט געהייסן אינדשעקטען בליעטש...

למעשה האלט איך טראמפ האט פארלוירען א געוואלדיגע אפארטוניטי דא. אלץ וואס ער האט געדארפט איז לאזן ביידען רעדן נארישקייטן און עס גוט אויפשפיעלן און ווייזן פאר׳ן אמעריקאנער פאלק ווי ביידען רעדט נישט צום זאך. אבער אנשטאט דעם האט ער כסדר איבערגעזאגט די זעלבע טענות וואס ער זאגט שוין אייביג, און ווער עס גלייבט אים גלייבט, און ווער נישט נישט. ער גייט קיינעם נישט איבערגעווינען מיט׳ן שרייען פעיק ניוז און זיך מאכן פאר א וויקטים.

אלץ וואס ביידען האט געדארפט טוהן איז בלייבן שטיין פאר אנדערהאלבן שעה און נישט זיין פארקאלעכט. און ער האט עס געטוהן! אפילו ווען טראמפ האט געווינען די געפעכט, האט ער אבער פארלוירען די מלחמה. טראמפ וואלט אים גרונגערהייט געקענט ארויסנעמען פון די ראמען און צייגן פאר׳ן אמעריקאנער פאלק וואספארא פארקאלעכטע אלטע נער ביידען איז, שטאטס דעם האט ער זיך געטענה׳ט אויף פאליסי. ס׳האט אויפגעהערט צו זיין וועגן פאליסי שוין אין 2016.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווען ס'קומט צו דעבאטעס איינס קעגן איינס איז טראמפּ זייער נישט מורא'דיג, ביי הילערי איז ער מערסטנס אויך נישט אריינגעקומען צום זאך. די טראמפּיסטן האבן ערווארטעט ווער ווייסט וואס... אבער למעשה איז ער דאך עטוואס איינגעהאלטן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

די צווייטע דעבאטע וואס האט געזאלט פארקומען אום אקטאובער 15 איז אפציעל אפ גערופן געווארן, נאך וואס די דעבאטע קאמיסיע האט פארגעשלאגן אז עס זאל פארקומען ווירטואל, צו וואס טראמפ האט בשום אין אופן נישט מסכים געוועזן, טענה'נדיג אז דאס וועט בלויז בענעפעטירן ביידען וואס וועט קענען נעמען נאטיצן פון זיינע געהילפן בשעת מעשה, און / אדער ניצן א טעלעפראמטער, און אויך וועט עס געבן די מעגליכקייט פאר די מאדערעיטער וואס איז א שטארקער אנטי טראמפ'ניק אים צו קענען פארשטילן ווען אימער ס'וועט זיך אים פארשמעקן, טראמפ'ס דאקטער האט קלאר געשטעלט אז עס איז נישט קיין פראבלעם פארן פרעזידענט זיך צו באטייליגן פערזענליך ווייל ער איז שוין גענצליך קאוויד פריי, ולאור זאת איז די דעבאטע אפגערופן.

העמיר ווארטן מיט שפאנונג צו זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן מיט די דריטע און לעצטע דעבאטע.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

פאליטיקאנט האט געשריבן:
נאר טראמפ האט זיך ממש אויפגעפירט ווי א קינד ך, און וואלעס האט עם מער מאל פארשטילט פשוט וועגן דעם. אדרבה קוקט די ערשטע פאר מינוט פונעם דעבאטע, ווי טראמפ לאזט "קיינעם" נישט רעדן,


גראדע אויב וועט איר איבערקוקן די דעבאטע וועט איר זעהן אז די ערשטע שאלה איז געגאנגען פאר טראמפ, ער האט גערעדט פאר צוויי מינוט און קיינער האט אים נישט איבערגעהאקט, צווייטע שאלה איז געגאנגען פאר ביידען ער האט גערעדט פאר צוויי מינוט און קיינער האט אים נישט איבערגעהאקט, דריטע שאלה איז צירוק געגאנגען צו טראמפ און ביידען האט אים דריי מאל איבערגעהאקט אונמיטן די צוויי מינוט און וואלעס האט גארנישט געזאגט, אז ביידען האט אריינגעהאקט האט טראמפ אויך אנגעהויבן אריינהאקן און אלעס איז געפארן בארג אראפ.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

גבור חיל האט געשריבן:די צווייטע דעבאטע וואס האט געזאלט פארקומען אום אקטאובער 15 איז אפציעל אפ גערופן געווארן, נאך וואס די דעבאטע קאמיסיע האט פארגעשלאגן אז עס זאל פארקומען ווירטואל,


א גרופע פון 175 דאקטוירים האבן געשריבן פאר די דעבאטע קאמיסיע אז עס איז נישט קיין פראבלעם אלס קאוויד אויב די דעבאטע קומט פאר געהעריג ווי געפלאנט אין פערסאן אויב די סאציאלע דיסטענסינג גיידליינס ווערן איינגעהאלטן.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
פארשפארט