בלאט 1 פון 1

ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענטש אויף דער וועלט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:08 pm
דורך יתרו
אין אמת אריין קען מען פרעגן אפאר שאלות
1. ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט נאך?
2. ווער איז די מערסט באקאנטסטע מענטש אויף דער וועלט וואס לעבט שוין נישט?

און אז מען פרעגט שוין:
3. ווער איז דער מערסט באליבסטע מענטש אויף דער וועלט?
4. ווער איז די מערסט איינפלוסרייכסטע מענטש אויך דער וועלט?
5. ווער איז די הייליגסטע מענטש אויף דער וועלט?
6. וואלסט געקענט טרעפן איינעם פונעם עבר וועם וואלסטו געוואלט טרעפן (חוץ משה רבינו)?
7. וועלכע מענטש האט געהאט די מערסטע איינפלוס אויף דיין לעבן (חוץ פאמיליע)?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'קומען ענטפערס אויך אדער דו פלאנסט אונז צו לאזן הענגען מיט די פראגעס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:36 pm
דורך [NAMELESS]
דאכט זיך דער כינעזער * וואס האט געפרעסן א בע"ט א יאר צוריק ענטפערט אויף א טייל פון די פראגעס.
האלב ערנסט גערעדט. און אפשר גאנץ.


* פארראכטן לויט די מעגליך-ריכטיגע באמערקונג פון רביהק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
עמינדב האט געשריבן:דער כינעזער אוממענטש וואס האט געפרעסן א בע"ט א יאר צוריק

:?: :?: :?:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
קוק וואס ער האט אנגעמאכט. ווילסט אים נאך רופן א מענטש?

אקעי, כ'האב געטוישט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:04 pm
דורך מי אני
לגבי די שאלה פון די מערסטע איינפלוסרייכסטע מענטש [שאלה 4], אויב רעכענט מען אפילו איינער וואס איז נישט בין החיים [א היסטארישע פיגור] און מ׳עקסקלוּד רעליגיעזע פיגורן ווי משה, אברהם, ולהבדיל אותו האיש ומוחמד ודכוותייהו, דעמאלטס איז אינטרעסאנט צו צוצייכענען דעם אנעקדאט. דא [0:35-1:20] פארציילט דר. פּיִטער אדאמסאן אז ווען די BBC האט געמאכט א סורוועי איבער ווער איז ״די גרעסטע פילאזאף״ האט אים א קאלעגע געזאגט אז ״ס׳איז דאך אזוי אַבּוויאס אז עס איז אריסטו״. האט ער אים געענטפערט אז די שאלה איז נישט ווער ס׳איז די מערסטע ״איינפלוסרייכע״ פילאזאף נאר ווער ס׳איז די ״גרעסטע״. כידוע איז זיין השפעה איבער די גאנצע מערב-וועלט ציוויליזאציע גאר גאר שטארק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז די צוויי מערסט איינפלוסרייכע מענטשן זענען געווען אדם און חוה.. (אדער דער מענטש וואס האט אויסגעטראפן פייער, pick & choose in accordance with your agenda)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:31 pm
דורך גרעפיקסער
עמינדב האט געשריבן:קוק וואס ער האט אנגעמאכט. ווילסט אים נאך רופן א מענטש?

אקעי, כ'האב געטוישט.

שוגג כמזיד???
איך וויל נישט רעדן צופיהל, און כ׳קען אויך נישט הימלישע חשבונות - אבער ווען ער האט עס געגעסן האטסעך אים ׳גארנישט׳ גע׳חולמ׳ט וואס פאסירט זיך אפ אין די דאזיגע מינוט, משא״כ... וד״ל!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 9:41 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי אקעי כ'דאָך שוין געטוישט. עכט עקלט מיר דאס עצם פרעסן בעט"ס אבער כ'פארשטיי דאס האט צו טון מיט געוואוינהייט.
בלייבט נאר איבער צו וויסען פשט אין דיין וד"ל??? יויש ביניך נייגעריג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:27 pm
דורך יתרו
וועלן מיר אנפאנגען מיט די ערשטע שאלה ווער איז די באקאנסטע מענטש
לענ"ד טראמפ יר"ה
זיי זאגן אז די ROCK איז די מערסטע באקאנטסטע מענטש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:30 pm
דורך יתרו
ווער איז די מערסטע באליבט אדער ADMIRED
לויט די גאלאפ פאלל איז עס א טיי פון טראמפ און אבאמא (עטליסט פאר אמעריקאנער]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:42 pm
דורך יתרו
2. ווער איז די מערסט באקאנטעסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט שוין נישט ?
איך וואלט געזאגט היטלער ימ"ש
איך האב הנאה אז איך האב צוגעטראפן צו זיי, נאך אלע גרויס רעליגיעזע פיגורן קומט היטלער די ערשטע אריין.
עס איז אינטערעסאנט די סדר וואס זיי געבן
1. יעזוס
2 מחמוד
3 אברהם
4.משה
5. בודא
6. פאועל
שיין זעהן מיר אויס אז יאשקע איז מער באקאנט ווי משה, רחמנא יצילנו.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:46 pm
דורך יתרו
6. וואלסט געקענט טרעפען איינעם פונעם עבר וועם וואלסטו געוואלט טרעפן (חוץ משה רבינו)?
איך וואלט געוואלט טרעפן יתרו דער ערשטער, הערן אביסל וועגן זיין איידעם משה, ווי אזוי זיין טאכטערס שלום בית איזת און פארוואס ער איז נישט געבליבן מיט די אידן אין מדבר.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:49 pm
דורך יתרו
7. וועלכע מענטש האט געהאט די מערסטע איינפלוס אויף דיין לעבן (חוץ פאמיליע)?
דער טאטע פון אונזער סיסטעם, AKA סאטמאר רב (עס דערמאנט מיר אן ארטיקל פון קןפערניקוס, ווי ער באשרייבט "אי לאו האי יומא" ווי אזוי מיר וואלטן אויסגעקוקט היינט צו טאגס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:50 pm
דורך במדבר
יתרו האט געשריבן:אין אמת אריין קען מען פרעגן אפאר שאלות
1.ווער איז די מערסט באקאנטעסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט נאך ?
2. ווער איז די מערסט באקאנטעסטע מענשט אויף דער וועלט וואס לעבט שוין נישט ?
און אז מען פרעגט שוין :
3 ווער איז דער מערסט באליבטסע מענשט אויף דער וועלט?
4. ווער איז די מערסט איינפלוסרייכסטע מענשט אויך דער וועלט ?
5. ווער איז די הייליגסטע מענטש אויך דער וועלט?
6. וואלסט געקענט טרעפען איינעם פונעם עבר וועם וואלסטו געוואלט טרעפן (חוץ משה רבינו)?
7. וועלכע מענטש האט געהאט די מערסטע איינפלוס אויף דיין לעבן (חוץ פאמיליע)?


יֵשׁוּעַ (יעזוס) פון נצרת, ענטפערט אלע אחוץ די ערשטע פראגע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
במדבר האט געשריבן: יֵשׁוּעַ (יעזוס) פון נצרת, ענטפערט אלע אחוץ די ערשטע פראגע.

:lol: אוי ביזטו מיאוס צופאטשקעט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:53 pm
דורך יתרו
עס איז נישט קלאר ארויסגעשריבן אבער די שאלות עקסקלוּדן רעליגיעזע פיגורן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2020 11:55 pm
דורך יתרו
4. ווער איז די מערסטע איינפלוסרייכסטע מענטש אויך דער וועלט ?
איך וואלט געזאגט איינשטיין, אבער זיי לייגן אים אויפן צענטן ארט, דער ערשטער גיבן זיין פאר יצחק ניוטאן (אפילו פאר יאשקע!)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2020 6:35 am
דורך והאיש משה
יתרו האט געשריבן:6.איך וואלט געוואלט טרעפן יתרו דער ערשטער, הערן אביסל וועגן זיין איידעם משה, ווי אזוי זיין טאכטערס שלום בית איז.

וואס הייסט זיי זענען דאך צוטיילט... !
דו מיינסט אודאי וואס איז דער אינסייד סטארי...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2020 7:08 am
דורך יין שרף
והאיש משה האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:6.איך וואלט געוואלט טרעפן יתרו דער ערשטער, הערן אביסל וועגן זיין איידעם משה, ווי אזוי זיין טאכטערס שלום בית איז.

וואס הייסט זיי זענען דאך צוטיילט... !
דו מיינסט אודאי וואס איז דער אינסייד סטארי...

דאס קען מען פרעגן פון האיש משה אליינס..

נשלח: פרייטאג אקטאבער 02, 2020 10:55 am
דורך כלבאשבוע