בלאט 1 פון 4

ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 2:02 am
דורך [NAMELESS]
צו רעאגירן אויף קאמא'ס פארלאנגט צו פארשפארן מוסדות נאך יו''ט אין ערלויבן נאר א מנין אין יעדן שוהל האט אויסגעבראכן ווילדע ראיאטן אין בארא פארק אויף 14 און 13 עוועניו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 2:10 am
דורך קול הלשון
איך פארשטיי אז קאומא האט אונז פיינט, ער איז א אנטיסעמיט, אבער אזעלכע פראטעסטן ערגער ווי די שווארצע איז א חילול השם.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 2:23 am
דורך פאליטיקאנט
א ריזן חילול השם און עס וועט נאר ערגער מאכן אונזער "אימעדש" ביים אלגעמיינעם גאס, אונז שיסן זיך אין די פיס.


אבער מאך עס נישט ערגער ווי די שווארצע, עס איז א נארישע 'כמו' ווילדער פראטעסט פון אפאר אינגען - אן קיין שאדן!


און לדעתי האט אונז קאמאו "נאך נישט" פיינט (אפשר טאקע בקרוב) עכ"פ אן אנטיסעמיט איז ער זיכער נישט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 2:24 am
דורך קול הלשון
אבער די מידיא וועט עס אויפבלאזן אסאך ערגער, מען מאכט פייערס, איך האף אז זאל נישט ערגער ווערן וועגן דעם.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 2:29 am
דורך פאליטיקאנט
איין זאך יא, פארוואס האט מען אטאקירט (אקעי נישט ממש, אבער אויפ'ן קליפ זעט אויס יא אויס אזוי) די רעפארטער?

דאס טוען אפי' שווארצע שוין אויך נישט. (הגם זיי רעפארטן פרא שווארצע און אנטי אונז)

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 2:30 am
דורך קול הלשון
די נאכט אין בארא פארק קען אינז קאסטן א טייערע פרייז פאר א לאנגע צייט ה''י

Sent from my SM-G970U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 2:39 am
דורך היכי דמי
פאליטיקאנט האט געשריבן:איין זאך יא, פארוואס האט מען אטאקירט (אקעי נישט ממש, אבער אויפ'ן קליפ זעט אויס יא אויס אזוי) די רעפארטער?

דאס טוען אפי' שווארצע שוין אויך נישט. (הגם זיי רעפארטן פרא שווארצע און אנטי אונז)


מען האט קלאר געלייגט הענט אויף אים. מען זעהט קלאר אויף קליפס.

ווי זענען עסקנים ווען מען דארף זיי? שומרים? שמירה? זיי וואלטן געדארפט דארט זיין און יעדן אהיימשיקן.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 3:00 am
דורך פאליטיקאנט
יעדער האט יעצט א בארג מיט טענות אויף די עסקנים "היתכן זיי קענען גארנישט טוען"........

שומרים / שמירה וואלט טאקע געדארפט קומען אביסל קאנטראלירן די עולם, אויך וואלט עס שיין אויסגענומען ביי די פאליציי.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 3:04 am
דורך צפור בודד
בילד

התגרות באומות למהדרין פון ר"א מסאטמאר. מיט אזוינע מנהיגים איז גארנישט א פלא.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 3:48 am
דורך פאליטיקאנט
אייביג מיט זיין הומאריסטישע טאן....בילד

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 4:43 am
דורך פאליטיקאנט
ס'האט זיך נישט אנגעהויבן היינט נאכט, אבער יא.....בילד

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 7:52 am
דורך מיינונגזאגער
מער גייען צו די שחיטה אזוי ווי אונזערע זיידעס צו די נאציס.
יא פיינט, נישט פיינט. אונז זענען נאך קיינמאל נישט ארויס געקומען גינסטיג ביי די גוי ריגארדלעס וואס מיר האבן געטוהן. (איינער דענק חסידישע יודן גיבן פלאזמא) אדער די אלע קידוש השםס וואס מיר האבן געמאכט טרו אוט די יערס וואס מיר זענען דא.
ערליך געהאנדעלט מער ווייניגער. די רעבייס דעד דיד ראב די בענקס ווען רעביי שלום ווייס אדער מרדכי יצחק סאמעט האבן באאוועלט די גאווערמענט זענען מיר אלע געווארן געפעינט אונטער איין בראש.
עס איז נישט קיין שום נפק״מ וואס אונז טוהן מיר וועלן מיר ממילא ווערן צופליקט. אזוי איז עס אין גלות.
ע״כ ניין נישט קיין שומרים, נישט קיין רבנים. נאר גיין ארויס שרייען די אונטערדריקענישט און פראטעסטירן מיט אלע כוחות וואס אונז האמיר. אפאר נעבעכדיגע אידעלעך האבן נישט געקענט נעמען א ריפארטער און אים ציפליקען אויף פיצלעך. דאס איז די מערסטע וואס מיר קענען אומז זענען מיר ידים ידי יעקב אפי׳ אונז ווילן מיר קענען מיר נישט. די נעכטיגע פראטעסט ווייזט אונזער שיינקייט.
און די 70-80 יאר און גלות אמעריקא ווען מיר פלעגען באפאלן ווערן א יעדן טאג אין די גאסען פאר גנבים, רוצחים, אדער סתם אידן פיינט. ען האט זיך געדאפרט ארגאנעזירן צו פאטראלירן אונזערע גאסן די קינדער זאלן קענען גיין און קומען פון געשעפט. מאכט זיך איין מאל אז מען האט צו מזיקט א גוי וואס האט געוויזן זיינע דזשעניטעלס פאר אונזערע קינדער. וואס האבן די שומרים חברה צוזאם געליטען? און מיר בהמהס האבן זיך ווייטער געלאזט די צפליקטע וויקטיםס וואלטן געדארפט שמאכטן אין טורמע א גאנץ לעבען, ניין וועמען האט מען מסדר געווען די 4 אידן די שלעגערס.
ווען די קידוש השם וואלט ווען געוואקן געמאכט וואלט איך אפשר עגריד!!! אבער די חילול השם מאכסטו עניוועי וויי די עקזעסטירסט !!!
וועק דיך אויף נעם אראפ דיין מאסק און הייב אן לעבן. אמעריקא איז ביסוד א מלכות של חסד פרייהייט פאר סיי וואספארא ריליגיע עס קען נישט, און טארנישט ווערן א רוסלאנד פון 70 יאר צירוק. וועלן מיר עס צו לאזן, וועט עס פאסירן. הייבט אן צו נעצען די רעכטן וואס די געזעץ האט אונז געשענקט און ניצט עס.
די סיטואציע וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען אין קאוקט ווען נישט די נעכטיגע און פאריגע וואכעדיגע און אזוי פריערדיגע שלעגערייען.
ברם אותו האיש זכר לטוב העשי טישלער ער איז די ערשטער וואס האט דאס גערילייזט און ריהט נישט עד הנה. ווען נישט עים זענען נאך די פארקס פארשפארט, און די מוסדי התורה.
ער זאגט קלאר ארויס וואס זיי ווילן פון אונז אן א פחד. נאר אזוי און טאקע נאר אזוי אפשר וועלן זיך די אפלאזן און פיינט האבן עניוועי.


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 7:54 am
דורך מיינונגזאגער
צפור בודד האט געשריבן:התגרות באומות למהדרין פון ר"א מסאטמאר. מיט אזוינע מנהיגים איז גארנישט א פלא. בילד
נאר אזוי. בדרך אגב עקסערסייזן אונזערע רעכטן אעז נישט קיין התגרות באומות. דאס אי א רעכט וואס א יעדער בירגער האט ריגארדלעס אויף זיין ריליגיע, קאליר, אדער דזשענדער


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 8:24 am
דורך ליב צו וויסן
ווילדע ראיאטן LOL..

גיב אהער די בילדער פון איינגעבראכענע סטארס, צושלאגענע מענטשן און איבערגעדרייטע פאליציי קארן..

בס"ה געווען אן אומאטאריזירטע פראטעסט, ניטאמאל האבן די פאליציי געפינען פאר וויכטיג צו ברענגען ראיאטן אפיצירן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 9:01 am
דורך ליב צו וויסן
יעצט געזעהן עפעס וועגן Mordy gets ברודער, כ'האב נישט קיין אנונג ווער ס'זאגט אמת דא, אבער דאס איז קלאר:
שלאגן טאר נישט ווערן טאלערירט! שלעגערס דארפן ווערן באשטראפט!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 9:39 am
דורך אישתישבי
וואס איז געשעהן מיט אים?

פארוואס האט מען אים געשלאגן?

ווי אויך דער רעפארטער וואס איז אנטלאפען, וואס האט ער געטוהן?


איך האב נישט קיין טענות צו שומרים אדער שמירה, חייך קודמין, דער עולם איז זייער צווילדעוויט, און מען קען עס נישט קאנטראלירן, כל שכן צושטערן.

ווי אויך, דארף מען אביסעל צונעמען אונזער ערבות, נישט יעדער זאך וואס חסידים טוהן מיינט אז עס איז גערעכט. ווען דער נעכטיגע פראטעסט געשעהט, מיינט נישט אז אלץ חסיד שטיץ איך עס.

פאליטישענס זענען צוריסען וויאזוי זיך צו פירען און וואס צו זאגן, דער צודרייטער טישלער נעמט אויס ביי די בנין נערים'ניקס, און יעגער ווייסט נישט וואס צו זאגען, און גרינפעלד פראבירט צו זאגען עפעס אינדערמיט.

די רעביס האבן הנאה און וועלען לכאורה נישט זאגן עפעס אקעגען דעם, לכאורה וועט היינט נאכט זיין א גרעסערע מיאוסערע מערכה.

און לכאורה וועלען די פאליציי ציטערן אריין צוטרעטן און צושטערן הקפות אין די גרויסע צענטערן, און די פראטעסטן וועלען האבן אויפגעטוהן דאס נויטיגע פאר די רעביס.

אבער לא זו הדרך, אידען געווינען נישט מיט כח, עס לוינט זיך מער צו זיין בהכנעה פין דער גוי ווי עס שטייט אין נועם אלימלך אז דאס איז מקרב די גאולה, יעקב האט אויך געקענט מאכן א מלחמה מיט עשיו, דערווייל זענען די קריסטען די וואס ווייזען הכנעה, און עס איז בעסער נישט מאריך צו זיין בקטרוגים אויף א זאך וואס מען קען ממילא גארנישט טוהן.

אבער יא, דאס אז די פירות פין אונזער חינוך, מען ציט אויף פראים, מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס דאס מיינט זיין א מענטש.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 10:39 am
דורך קל וחומר
מיינונגזאגער האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:התגרות באומות למהדרין פון ר"א מסאטמאר. מיט אזוינע מנהיגים איז גארנישט א פלא. בילד
נאר אזוי. בדרך אגב עקסערסייזן אונזערע רעכטן אעז נישט קיין התגרות באומות. דאס אי א רעכט וואס א יעדער בירגער האט ריגארדלעס אויף זיין ריליגיע, קאליר, אדער דזשענדער


Sent from my iPhone using Tapatalk
פון וועלכע רעכטן רעדסטו? די רעכט צו פארשפרייטן קאוויד אז ס'זאל קענען הרגענען נאך מענטשן?
זיי קומען דא מיט קלארע דאטא אז ס'פארשפרייט זיך אין אלע היימישע געגנטער מער ווי סיי וואו, און פראבירן דאס אפצוהאלטן דורך אונז געבן קלארע אנווייזונגען ווי אזוי זיך צו פירן.
האלטסט נישט דערביי, וועט מען דיר פארמאכן די בתי מדרשים ובתי חינוך.

פארוואס איז די קאמערע שולדיג? שולדיג איז דער וואס גיבט שטאף פארן קאמערע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 10:42 am
דורך כלבאשבוע
Beating in Borough Park Backlash Against New COVID Restrictions Sends Hasidic Man to Hospital

https://www.thecity.nyc/brooklyn/2020/1 ... o-hospital

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:16 am
דורך תרמב
קל וחומר האט געשריבן:פון וועלכע רעכטן רעדסטו? די רעכט צו פארשפרייטן קאוויד אז ס'זאל קענען הרגענען נאך מענטשן?
זיי קומען דא מיט קלארע דאטא אז ס'פארשפרייט זיך אין אלע היימישע געגנטער מער ווי סיי וואו, און פראבירן דאס אפצוהאלטן דורך אונז געבן קלארע אנווייזונגען ווי אזוי זיך צו פירן.
האלטסט נישט דערביי, וועט מען דיר פארמאכן די בתי מדרשים ובתי חינוך.

פארוואס איז די קאמערע שולדיג? שולדיג איז דער וואס גיבט שטאף פארן קאמערע.

וואס הייסט זיי קומען מיט דאטא? ביי די בלעק לייוו מעטער פראטעסטן איז נישט געווען קיין דאטא אז מענטשן ווערן אנגעשטעקט? סך הכל שפילט ער זיך ארום מיט די דאטא ווען ער וויל און יעדער דארף נאכטאנצן.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:25 am
דורך מיינונגזאגער
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז געשעהן מיט אים?

פארוואס האט מען אים געשלאגן?

ווי אויך דער רעפארטער וואס איז אנטלאפען, וואס האט ער געטוהן?


איך האב נישט קיין טענות צו שומרים אדער שמירה, חייך קודמין, דער עולם איז זייער צווילדעוויט, און מען קען עס נישט קאנטראלירן, כל שכן צושטערן.

ווי אויך, דארף מען אביסעל צונעמען אונזער ערבות, נישט יעדער זאך וואס חסידים טוהן מיינט אז עס איז גערעכט. ווען דער נעכטיגע פראטעסט געשעהט, מיינט נישט אז אלץ חסיד שטיץ איך עס.

פאליטישענס זענען צוריסען וויאזוי זיך צו פירען און וואס צו זאגן, דער צודרייטער טישלער נעמט אויס ביי די בנין נערים'ניקס, און יעגער ווייסט נישט וואס צו זאגען, און גרינפעלד פראבירט צו זאגען עפעס אינדערמיט.

די רעביס האבן הנאה און וועלען לכאורה נישט זאגן עפעס אקעגען דעם, לכאורה וועט היינט נאכט זיין א גרעסערע מיאוסערע מערכה.

און לכאורה וועלען די פאליציי ציטערן אריין צוטרעטן און צושטערן הקפות אין די גרויסע צענטערן, און די פראטעסטן וועלען האבן אויפגעטוהן דאס נויטיגע פאר די רעביס.

אבער לא זו הדרך, אידען געווינען נישט מיט כח, עס לוינט זיך מער צו זיין בהכנעה פין דער גוי ווי עס שטייט אין נועם אלימלך אז דאס איז מקרב די גאולה, יעקב האט אויך געקענט מאכן א מלחמה מיט עשיו, דערווייל זענען די קריסטען די וואס ווייזען הכנעה, און עס איז בעסער נישט מאריך צו זיין בקטרוגים אויף א זאך וואס מען קען ממילא גארנישט טוהן.

אבער יא, דאס אז די פירות פין אונזער חינוך, מען ציט אויף פראים, מענטשן וואס פארשטייען נישט וואס דאס מיינט זיין א מענטש.
הבלים.
פיעספול פראטעסטס איז א רעכט פאר א יעדען רעכטדענקענדער מענטש. גענוג אונטערדריקט די נערישע אידן וואס לאזן זיך. די קאנסיטוציע גיט אונז די רעכט און מיר דארפן דאס נעצען מיט ביידע הענט.
איך מיין נישט דערמיט צו זאגען אז אישלער איז יא אדער נישט גערעכט. (בדרך אגב, ווען נישט אים איז נאך אךעס פארשלאסען. אן עקסטערע תגובה פאר דעם)


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:42 am
דורך ביבער
מיינונגזאגער האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:התגרות באומות למהדרין פון ר"א מסאטמאר. מיט אזוינע מנהיגים איז גארנישט א פלא.
נאר אזוי. בדרך אגב עקסערסייזן אונזערע רעכטן אעז נישט קיין התגרות באומות. דאס אי א רעכט וואס א יעדער בירגער האט ריגארדלעס אויף זיין ריליגיע, קאליר, אדער דזשענדער


Sent from my iPhone using Tapatalk

ער איז גערעכט אבער דאס גייט אים צוריקקומען בייסן. די לעצטע 2 זאכן וואס ער וויל אין זיין מלוכה איז 1. אז מענטשן זאלן פייפן אויף זיינע רול'ס בלויז ווייל זיי האלטן אזוי. און 2. אז מענטשן זאלן זיך נעמען צו זייערע רעכטן. ער כאפט נישט אז דער געזעץ געט יעדן רעכטן גלייך און ער קען נישט זאגן ווער מעג נוצן וועלכע רעכטן ווען.

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 12:27 pm
דורך מיינונגזאגער
ביבער האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:התגרות באומות למהדרין פון ר"א מסאטמאר. מיט אזוינע מנהיגים איז גארנישט א פלא.
נאר אזוי. בדרך אגב עקסערסייזן אונזערע רעכטן אעז נישט קיין התגרות באומות. דאס אי א רעכט וואס א יעדער בירגער האט ריגארדלעס אויף זיין ריליגיע, קאליר, אדער דזשענדער


Sent from my iPhone using Tapatalk

ער איז גערעכט אבער דאס גייט אים צוריקקומען בייסן. די לעצטע 2 זאכן וואס ער וויל אין זיין מלוכה איז 1. אז מענטשן זאלן פייפן אויף זיינע רול'ס בלויז ווייל זיי האלטן אזוי. און 2. אז מענטשן זאלן זיך נעמען צו זייערע רעכטן. ער כאפט נישט אז דער געזעץ געט יעדן רעכטן גלייך און ער קען נישט זאגן ווער מעג נוצן וועלכע רעכטן ווען.
נאך אמאל וועט ער קיין שום פאזיציע אין גאווערמענט נישט האלטן. און די צוויי יאר וואס ער האט נאך וועט ער ועערן געדרעגט ביז סופרים קאורט


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 12:53 pm
דורך פאליטיקאנט
מיינונגזאגער האט געשריבן:מער גייען צו די שחיטה אזוי ווי אונזערע זיידעס צו די נאציס.


יא פיינט, נישט פיינט. אונז זענען נאך קיינמאל נישט ארויס געקומען גינסטיג ביי די גוי ריגארדלעס וואס מיר האבן געטוהן. (איינער דענק חסידישע יודן גיבן פלאזמא) אדער די אלע קידוש השםס וואס מיר האבן געמאכט טרו אוט די יערס וואס מיר זענען דא.
ערליך געהאנדעלט מער ווייניגער. די רעבייס דעד דיד ראב די בענקס ווען רעביי שלום ווייס אדער מרדכי יצחק סאמעט האבן באאוועלט די גאווערמענט זענען מיר אלע געווארן געפעינט אונטער איין בראש.
עס איז נישט קיין שום נפק״מ וואס אונז טוהן מיר וועלן מיר ממילא ווערן צופליקט. אזוי איז עס אין גלות.


דו הייבסט אן אז מיר גייען צו די שחיטה פונקט ווי אונזערע זיידעס און די נאציס.

איך בין ממש נישט גוט אין היסטאריע, אבער דאכט זיך מיר אז היינט איז ערגער ווי דעמאלטס ווייל דאן האט די גאווערנמענט ארויפגעצווינגן א געלע לאטע אויף די גאנצע באפעלקערונג, משא"כ היינט מיט'ן מאסק צווינגען זיי נאר אונז אידן!

דו ברענגסט ארויס אז מ'גייט אונז סייווי פיינט האבן און זיי זיכן זיכן נעגאטיווע דעקונג. אקעי, קען זיין, אבער איז דאס נישט קיין סיבה צו האלטן א 'לאו פראפייל'? דו געבסט דאך זיי וואס זיי ווילן און דאס וועט ערגער מאכן, ניין?

און אז יעדער האט דיך ממילא פיינט, גייסטו זיכער גארנישט אויפטוען מיט קיין פראטעסט!

מיינונגזאגער האט געשריבן:אדער די אלע קידוש השםס וואס מיר האבן געמאכט טרו אוט די יערס וואס מיר זענען דא.
ערליך געהאנדעלט מער ווייניגער


לאל.....