אנארכיע, לשם שמים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 6:11 pm
עס איז אן אלטער כלל, נאך משנים קדמוניות, אז די ימי בין הַמְצָרִים זענען טעג מוכן לפּורעָניות.
בין הַמְצָרִים מיינט מען נישט די ימי אבילות צווישן שבעה עשר בתמוז און תשעה באב, און פּורעָניות מיינט מען נישט גאט׳ס שטראפונגען, ל״ע. בין הַמְצָרִים מיינט מען אַזאָנע ׳בין הזמנים׳ צייטן ווען דער עולם גייט ליידיג, און פּורעָניות מיינט מען נאכווייען פונעם סארט אויף וואס די וועלט זאגט: ״וואס איין נער טוט אָפּ, קענען טויזענט חכמים נישט אָפּטָאן״.
מימות היוונים ווען כיטרע פָּאליטיקאַנטן האבן אויסגענוצט אומרואיגקייטן ביים פאלק אונטערצוצינדן רעוואלאציעס, עד ימות המאַרקסיסטן ווען לֶענִין האט אויסגענוצט ארבעטסלאזקייט צו שטופּען דעם וואגן פון קאמיניזם, איז דער צד השוה געווען אז ליידיגקייט ביים המון עַם קען גרינג אויסגעניצט ווערן כדי צו דערגרייכן אגענדעס, איש לפי חזונו, מפעלו, ערכו או שטותו.
און מען דארף נישט קריכן אזוי ווייט צוריק אינעם פארגאנגענהייט. ערשט נישט לאנג, פאר קנאפּע צען יאר צוריק, האבן זיך די ״אראבישע פרילינג״ פראטעסטן צופלאקערט אדאנק די שווערע עקענאָמישע לאַגעס אין מדינות וואו די באפעלקערונג האט אונטערגעבראכן אן קיין סטאַבילע אַרבעט אדער פּרנסה. און אומגעפער צוואנציג און דרייסיג יאר צוריק, האט די היימישע וויליאמסבורג בייגעוואוינט ראיאטן דורך בחורי הישיבות טאקע אין מועדים וזמנים ווען די היכלי התורה זענען נישט אפען כסדרן.
יש אומרים, אז די לעצטיגע ״שווארצע לעבנס איז חשוב״ אומרוען זענען טאקע צושטאנד געקומען בעיקר אלץ א דירעקטע רעזולטאט פון קאָראָנע. וכן הסברא נותנת, אז אויב דאס נארמאלע לעבן שטעלט זיך אָפּ און עס הערשט א געפערליכע אומקלארקייט באגלייט מיט חוסר מעש און עקאנאמישע אומסטאַבילקייט, ברענגט דאס א תּוהו וּבוהו, בּוּקָה מְבוּקָה וּמְבֻלָּקָה. די בטלה איז מביא לידי שעמום און דער שעמום לידי חטא, אזוי ארום אז אנשטאט עוסק צו זיין בישובו של עולם, ציהט דער באן אראפ פון די רעלסן, דער מח גאלאפירט שנעלער ארויס פון די גלייזן, דאס פוסטקייט פילט זיך היפש שנעל אן מיט קנאה, האס און קאנקורענץ, און פון דארט ביז חורבנו של עולם איז ממש א שפּאַן.
ראה ראיתי עני בת עמי, ליידער ווערט דאס ווערטל אז ״ווי עס גוי׳אישט זיך, אזוי אידיש׳ט זיך״ מקויים מייסטענס לריעותא, דער ווירוס פון שנאה וואס קאָראָנע האט פארשפּרייט איז פיל ערגער ווי די קרענק וואס זי האט אנגעזייעט און אפשר אפילו מער מסוכן ווי אירע טויטפעלער, און ביי אחינו בני ישראל האט זיך אט דער ווירוס טיף אריינגעכאפּט און עס פארשפּרייט זיך נאך אלץ כאש בשדה קוצים.
שנאה אויף וועם פרעגט איר?
אויף די מוסדות און אויף די ארבעטגעבער, אויף הצלה לייט און אויף די דאקטוירים, אויף די שפּיטעלער און אויף די פּאליציי, אויף די שישקעס און אויף די פּאליטיקאנטן, אויף די דעמאקראטן און אויף די ליבעראלן, אויפ׳ן מעיאר און אויפ׳ן גאווערנאר, אויפ׳ן פּאליטישען סיסטעם און אויפ׳ן חינוך סיסטעם, אויף די מעדיצינישע וועלט און אויף די זשורנאליסטישע וועלט, דער צילברעט טוישט זיך פון טאג צו טאג און מען טרעפט כסדר נייע שולדיגע לפי המקום והזמן.
דער אידישער פארדרוס מוז דאך אבער זיין פארשלייערט אין זעלבסט צידקות, ווי להבדיל אדם הראשון׳ס עבירה לשמה, און אשטייגער ווי די מחמירים וואס האבען מיקל געווען אין סכנת נפשות ווען דער מלאך המות האט געבושעוועט אין די גאסן, איז דער היימישער פארדרוס קלאר בארעכטיגט ווייל מיר האבען דאך דורכגעמאכט א האלאקאוסט נישט לאנג צוריק און הלכה בידוע אז עשיו שונא ליעקב, די אלע באגרעניצונגען און געזעצן זענען דאך ווארשיינליך געצילט אונז צו דערדרוקן, מען מיינט אונז און מען וויל דוקא אונזער לעבנסשטייגער דערקוטשענען, די שפּיטעלער און דאקטוירים זענען דאך די אמת׳ע רוצחים, דער מעיאר א בפירוש׳ער דייטשער אפּשטאמיגער, און דער גאווערנאר א וויסטער אנטיסעמיט, גאנץ זיכער.
מיר זענען דערפאר בארעכטיגט אלץ צו איגנארירן, אויב מיינט מען אונז, וועלן מיר ווייזן אז ביי אונז מיינט עס גארנישט, לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי! זאלן די נערנים, די ליבעראלן, פאלגן די דומע געזעצן, מיר פארמאגן העכערע חכמה קעגן נידריגע סייענטיפישע טיפּשות, מיר וועלן זיך מער נישט לאזן כצאן לטבח און מיר וועלן טאן וויאזוי מיר פארשטייען, בריש גלי ולנגד העמים.
פון די דרייצען אני מאמין׳ס איז דאך געוויס אן עיקר צו פּראַווענען אָט די סארט קידוש השם אויף סאמע דרייצענ׳טע עוועניו אין סאמע חולו של מועד, ויהי בחצי הלילה, וַיִקָהֵל הָעָם, מיט אבוקות של אור צו דערמאנען שמחת בית השואבה (משום קדושת המועד האט מען אַפָּנים בלויז אונטערגעצינדן גארבעדזשעס און מאסקעס ולא את כל הרכוש הבא ליד) און פייערלעשער צו דערמאנען ניסוך המים, צוזאמען מיט׳ן אָט-וואָס ניי געקרוינטער עגל הזהב (דער גרויסמויל טישן-מאַכֶער וועמענ׳ס רייץ פאר פרסום און תאוות הכבוד איז אומזעטבאר און וועלכער זוכט צו זיין דער היימישער העלד, מארטירער אפילו, לפי הצורך, און באגלייט דורכ׳ן נישטיגן כבוד-יעגער וועלכער ווייסט נאך נישט קלאר וואו איין און וואו אויס), איז מען געקומען דערקלערן טאקע לעיני העולם אז דער שה אחת פארמאגט אויך פֶעל פון זאבים, מיר לאזן זיך מער נישט שפּייען אין די קאשע און מיר פארשטייען אויך פעסט צו אנארכיע, לשם שמים כמובן.
אין פּסיכאלאגיע איז באקאנט דער פענעמענאן פון ״פארטיידיגונג אלץ שוץ מיטל״, נעמליך, אז ווען א מענטש גייט דורך פּרעשור אדער ענקזייעטי, וועט דער געוויסן, באוואוסטלאזערהייט, פארקרומען רעאליטעט כדי אָפּצוטאן דעם דרוק און אזוי ארום פארגרינגערן דאס עקזיסטענץ. איינס פון די אופנים וויאזוי דאס געשעט איז באקאנט אלץ ״ראַציאַניליזם״, וואו א מענטש וועט בארעכטיגן מעשים וואס זענען אונטער נארמאלע אומשטענדן קעגן מאראל אדער לאגיק. עס איז דעריבער אפשר פארשטענדליך אבער פאָרט העכסט טראַגיש, צוצוקוקען וויאזוי דער ״חכמתכם ובינתכם״ ווערט ליידער פארשוואונדען, און דער ״מצויינים שם״ ווערט נתהפּך פון א מעלה צו א דבר מאוס ר״ל.
עס איז טראגיש ביז גאר, צוצוקוקען וויאזוי מאמינים בני מאמינים פארגעסן אז די קאראנע מיט אירע איזאלירונג גזירות, זענען גאר גזירות מן השמים. עס איז שטערבליך טראגיש, צוצוקוקען וויאזוי דער ״אֵין מלך בישראל״ ווערט פולקזאם פארוואנדלט אין ״עבדים משלו בנו״, דורכ׳ן ״עבד כי ימלוך״ און צוזאמען מיט׳ן ״לעינינו עשקו עמלינו״. ועל כולם, איז געפערליך טראגיש, צוצוקוקען וויאזוי די ימי המועדות ווערן פריש נתהפּך לימי בין הַמְצָרִים, מוכן לפּורעָניות און פרעכע אנארכיע, תוך חילול כבוד ישראל ושם שמים.