בלאט 1 פון 1

בפיך ובלבבך לעשותו

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 6:33 pm
דורך קטלא קניא
לעצטנס האט מען מיר געפרעגט צי איך האב נישט נאך עפעס א טאגבוך צו שרייבן איבער קארנאווירוס. דער אמת איז אז איך האב נישט צופיל צו זאגן וואס איך האב נאך נישט געזאגט און אויך נישט עפעס פריש וואס ברענט מיר צו זאגן. ביים אנהייב איז דער מושג פון א פאנדעמיע און א מאסן אנשטעקעניש געווען אזוי אומגלויבליך, און ס'איז אנגעקומען אזוי שנעל, און די מתים זענען גשטארבן אין אזוינע ביבלישע פראפארציעס, אז ס'האט יעדן פארגליווערט. מען האט מער ווייניגער געפאלגט, און אפילו אז נישט האט מען געמאכט אן אנשטעל אז מען פאלגט, און די רבי'ס וואס האבן נישט געוואוסט וואס מען דארף דא טון ווייל זייער איבערלעבן-האנטבוך האט דערויף נישט קיין סימן און סעיף, האבן זיך געפרייט אז איינער פון די סריסי המלך ביי טראמפ האט זיך פון זיי צוטון געמאכט, און אזוי ארום האט דער עולם זיך צוגעשטעלט.

איצט אבער אז די מגיפה איז ווידער ביים טיר און האט שוין אויך געקישט די מזוזה און איז היימיש ווי אן אפטער גאסט, איז אנדערש. סיי אונז מיט איר און סיי זי מיט אונז זענען זקן ורגיל איינער ביים צווייטן, ממילא וואס איז דא צו זאגן? גיי איך יא אין שול, גיי איך נישט, געב איך יא אכטונג, געבן אנדערע נישט, איז נישט קיין חידוש וויאזוי נאר. צו אלעס געוויינט מען זיך צו און צו דעם אויך. מענטשן שטארבן? נו, איז שטארבט מען. פארדעם זאל מען אויפגעבן א מנחה מעריב מיט מנין אדער א ווארט אדער א מצווה טאנץ אום דרייע פארטאגס? מאויבי תחכמני. די מגיפה טוט זיך אירס און אונז טון זיך אונזערס. מי יחיה ומי ימות, וועם איז באשערט וועט באקן בייגל און וועם נישט וועט ווידער שרייען ותשובה ותפילה וצדקה איבעראיאר אין פריידן.

שוין, ליצנות איז לייכט צו טרייבן בפרט ווען מען האט זיך שוין אויסגעוויינט אויף א יובל פון תשעה-באב'ס. שימפן איז אויך נישט קיין קונץ און צו דעם האבן אונזערע פירער אונז נישט אנטוישט כדרכם בקודש. מיר ערווארטן פון זיי אזוי ווייניג אז ס'איז נישט לייכט פאר זיי צו זיין ערגער ווי זיי זענען. אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו און מען דארף זיי אויך אביסל פארשטיין. מגיפות, אזויווי מלחמות, ענדערן דעם סדר העולם און זיי האבן דערפון דער מערסטער צו פארלירן. אונז זארגן זיך פאר אונזערע באליבטע און זיי זארגן זיך פאר זייער שטיל און זייער מאכט.

ממילא וואס מיר האבן שוין געוואוסט איבער זיי איז איצט קאנפערמירט געווארן איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. פון וואס זיי האבן נישט געטון, פון וואס זיי האבן יא געטון, פון דאס ביסל וואס זיי האבן יא געזאגט און פון זייער שפע פון שווייגעניש. דאס שווייגעניש איבער דער טויט פון הונדערטער מענטשן, דאס שווייגעניש איבער זיך צו באזונדערן פון אנדערע, דאס שווייגעניש איבער דער חילול השם פון במזיד און בפרהסיא עובר זיי אויף די געזעצן און אויף אנווייזונגען פון דאקטורים און סייענטיסטן, און דאס שווייגעניש ווען אן עירוב רב האט איינגענומען אונזערע געסער. דאס איז אלעס פאר אונז באקאנט שוין פון לאנג. דער חידוש איז בלויז פאר דרויסנדיגע וואס האבן געמיינט אז ס'הערשט ביי אונז מער סדר און שכל און מיטאמאל זעען זיי רק אין יראת אלקים במקום הזה. א באנדע חיות פון וואלד וועם ס'גלוסט זיך א שדים טענצל מיינענעדיג אז ס'איז תחית המתים.

אז ס'הערט זיך אן אומעטיגקייט אין מיינע ווערטער האט איר גוט דערטאפט. איך האב נעכטן געשריבן פאר א פריינד אז ס'איז נישטא וואס צו שרייבן. די ערגסטע קאשמארן שפילן זיך אויס פאר אונזערע אויגן בהקיץ און וואס מען זאל נאר שרייבן מאכט עס נישט קיין שום חילוק. האט ער מיר געענטפערט, דאס איז נישט דיין געשעפט: דו שרייב. וועל איך מקיים זיין מצוה לשמוע דברי חכמים און אפשרייבן אפאר ווערטער. שרייבן איז ווי לעבן. בעל כרחך אתה כותב ובעל כרחך אתה קורא. אז ס'טוט וויי אדער ס'ברענט, שרייבט מען.

איז לאמיר זיך אויסדרייען צו זיך אליין און זיך פרעגן אפאר שאלות. איך פרעג די שאלות צו מיר אליין פונקט אזויווי צום עולם. מיר זעען איצט אלע וואו אונזער לעבנסשטייגער פון מאסן אן חינוך, אן א חשבון, אן מענטשליכקייט, אן שכל, און מיט בלינדע אמונה אין שארלאטאנען און שווינדלער, פירט אונז. איך בין נישט קיין נייעס באריכטער און איר זעעט אלע וואס איך זע, און אז איר מאכט עס אוועק מיט "פעיק נייעס", לייענט איר דאס מן הסתם סייווי נישט. איז לאמיר זיך פרעגן: עד מתי יהיו אלו לנו למוקש, הטרם תדעו כי אבדה חרדים אדער חסידים? זאגט איר מיר: וואס מוז נאך ביי אונז פאסירן אז דער נארמאלער חרדי'שער און חסידישער עולם זאל זאגן, "עד כאן, און נישט ווייטער"? מהומות אויף דער גאס? מיר האלטן שוין דערנאך. פארברענען מאסקעס ווי חמץ? מאכט א שהחיינו. נאכלויפן און שלאגן דזורנאליסטן? מיר האבן עס שוין אויך דערלעבט. דער ערגעסטער פון אלעס, זיך לאזן פארפירן פון א מטורף? מאכט דערויף הטוב והמטיב. איז אז דאס אלעס איז נאך אלץ נישט גענוג אויף איבערצוציען דער שטריק, זאגט מיר בחרם: וואס יא?

וואס איז דער מכה בפטיש, דער "טיפינג פוינט", דער כלו כל הקיצין, דאס רעשטל צו די צרות ווען מענטשן באשליסן אז דער גאנצער פראיעקט איז יצא שכרו בהפסדו. איך רעד איצט נישט פון א.טי.די, אויפגעבן אידישקייט, אדער אפילו חסיד'ישקייט. איך רעד איצט פון אונזער הילוך החיים פון א שיכרות פון גשמיות נאר עניות בדעת. וואו טויש פון יעדער סארט איז פסול, וואו די קשיות וואס מען מעג פרעגן ווערן אלץ שמעלער, וואו שגעון האלט זיך אין איין מערן, וואו פירער לייגן אונז אלץ מער צונאר, ועל כולם וואו מען האלט צוריק פון די קינדער נישט בלויז זייער פולער פאטענציאל נאר וואו מען לערנט זיי נישט אויס אפילו דער פשוט'סטער וויסנשאפט און מענטשליכקייט.

פרעגט אייך זעלבסט און פארלאנגט פון זיך אליין א תשובה. עד היכן? עד מתי? וואס דארף ביי אייך פאסירן, וואס דארפט איר ביילעבן, זען, הערן און וויסן צו באשליסן אז דאס איז עס און נישט קיין טפח מער? ביי וועם ס'איז נישטא קיין ענטפער, איז משמע אז ס'איז אויך נישטא קיינע ווערדן, קיין פערזענליכע גלויבן, קיין פרינציפ אויף וואס אזוינע אירע זענען מוכן זיך מקריב צו זיין. מיר רעדן דא נישט פון זיך אוועקגעבן דאס לעבן אדער דער גאנצער פארמעגן, נאר פשוט צו באשליסן ביי זיך, אין לי חלק בשטות זו. דאס איז נישט וואס איך וויל פאר מיר און פאר מיינע באליבטע, פאר מיר און פאר מיינע קינדער און איך גיי מיר ערגעץ אנדערש, גייסטעריש, אינטעלעקטואליש און אפשר אפילו געאגראפיש.

עס מוז זיין אזא ליניע ווייל אז נישט וואס איז דער חובת האדם בעולמו? צו זיין א ראבאט פון געבורט ביזן קבר און באשאפן און אויפציען נאך ראבאטן? און אויב אזוי, וואס איז דער מותר האדם מן הבהמה? אז איר וועט מיט מיר מסכים זיין אז אזא ליניע מוז עגזיסטירן און מען דארף עס בלויז געפונען האב איך שוין עפעס גע'פועל'ט. און אז נישט מוז מען זיך אזא ליניע באשאפן און מקיים זיין דערמיט ושננתם לבניך. דער אייבישטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו, כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו. ביי אברהם וואס האט מקיים געווען לך לך מארצך, וממולדתך ומבית אביך איז ערשט געווען אזא שטריקל און ער האט טאקע געהאט א סיסטעם פון ווערטן צו באפעלן זיין קינדער.

וואו זענען ביי אונז די העלדן וואס זאגן, מיר זענען געטריי צו די פרינציפן פון אונדער הילוך החיים אבער נישט צו דער פירערשאפט? וואס נעמען א שטאנד צו זאגן, מיר היטן תורה ומצוות אבער מיר פארשטאפן נישט אונזער קאפ? מיר פארשטיין אז ס'פארלאנגט זיך פון אונז הקרבות אבער נישט מקריב זיין דער פרי צוליב דער שאלעכץ, רעכט פאר אומרעכט, און בזמנינו, פשוטו כמשמעו, לעבן פאר טויט.

היינט ביי נאכט (הושענא רבה) וועט מען לייענען ונשמרתם מאוד לנפשותכם און ובחרת בחיים אין געפאקטע שולן און ס'וועט קיינעם אפילו נישט קומען צו לאכן. אלע פשטים פון ובחרת בחיים האבן זיך צאמגעטראפן ביי אונז, איז וועלכער פשט וועט איר זיך אויסוויילן? וויפל טויטע וועלן מיר באגראבן איידער מיר זאגן עד כאן? וויפל חילול השמ'ס זענען מיר גרייט סובל צו זיין? וויפל טפשות און הפקרות מוז זיין איידער מיר זאגן פאר זיך אליין און פאר דער וועלט, "אזא נאר בין איך נישט"? וויפיל מאל וועלן מיר זאגן כי היינו לעג וקלס בגויים פאר מיר מערקן אז קיינער מאכט פון אונז נישט קיין חוזק ווי אונז פון זיך אליין? נישט הבט משמים וראה, נאר לאמיר שוין איין מאל זיך אליין אביסל אנקוקן.

שפעטער וועט מען אויך לייענען בפיך ובלבבך לעשותו און מיר דארפן דערהערן די ווערטער. די אחריות איז אויף אונז. ס'איז נישטא וועם צו באשולדיגן און צו וועם צו וויינען. עס איז שוין צייט זיך צו פרעגן, ווען און וואס דארף נאך פאסירן איידער מיר וועלן נעמען די ברירות וואס ליגן ביי אונז אין די הענט און עפעס דערמיט טון?

א גוט קוויטל!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
ליידער ליידער יעדע ווארט אמת

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 8:18 pm
דורך מי אני
כ׳האב געטראכט אז אין פיוט אקדמות זאגט מען לְחַווּיֵהּ בְּאַפֵּי מַלְכְּוָתָא תָּאִין וּמִתְכַּנְשִׁין. והיינו לרמז בענין ווען מ׳קומט זיך צאם צו פראטעסטירן אודות אַפֵּי מַלְכְּוָתָא. און אינעם פיוט איז עס ביים אַקריסטיק פון די א״ב ביי אותיות ש׳ ת׳; ה״סוף״ של הא״ב. ווייל ווי אזוי די ״פראטעסט״ איז צוגעגאנגען דארף דאס אונז טאקע צו מאכן טראכטן ״עד מתי?״ וואו איז די סוף און כלות פון אונזער געמיינדע׳ס סארט געפירעכץ וואס אונז דארפן דולדן? ‏(און קיין בְּחָכְמְתָא מְתִיבָתָא לְהוֹן איז ליידער נישט דא.)

:(