בלאט 1 פון 1
זענען מיר אלע addicts?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:38 pm
דורך חסידישער_ספקן
נייע שטודיע צייגט אז גייען אסאך אין שול האט די זעלבע אפעקט ווי opiods....
זעה מער
דא
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קארל מארקס האט דאך שוין גע׳טענה׳ט אז
״רעליגיע איז די אפיום פון די המון עם״, מי יגלה עפר מעיניך...
Marx believed that religion had certain practical functions in society that were similar to the function of opium in a sick or injured person: it reduced people's immediate suffering and provided them with pleasant illusions which gave them the strength to carry on.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:01 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מיין שוויגער גייט זייער אפט אין שול
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:56 pm
דורך טובה
מען לאזט נאר 10 אידן א א שול, און עס רוקן זיך אריין איבער 300 איז דען דאס נישט א אנדייטונג פון אונזער ליבע צו די שולן
יא! מיר זענען ווארשיינדלעך אומבאווסזינוג מיט א חולת אהבה צום שול באלעמער און ארון קודש און צו כל הקדוש לנו..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:02 am
דורך הקטן
חסידישער_ספקן האט געשריבן:זענען מיר אלע addicts?
נייע שטודיע צייגט אז גייען אסאך אין שול האט די זעלבע אפעקט ווי opiods....
אפשר פעלט אויס קודם צי דיפיינען וואס דאס ווארט
עדיקט מיינט
איינער וואס איז High איז אן עדיקט?!?
איינער וואס האט א דיפענדענסי צי קאווע, און לייט נישט דערפין קיין ערענסטע נעגעטיוו קאנסעקווענסען, אן עדיקט?!?
אמת אין פאפ-קאלטשער ווערט די ווארט
עדיקט זייער ברייט געניצט, דאס נעמט זיך מער פין איגנערנס
און די מענטל העלט וועלט איז דאס זייער א ברייטע סיגיא און א מחלוקת פין איין DSM ווערשען צי די אנדערע