בלאט 1 פון 2

מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:54 pm
דורך גבור חיל
די פרייהייט רעכטן פון אמעריקאנע בירגער האט היינט באקומען א פרישע באדייט.

היינט צופרי האט די ניו יארק פאוסט פאבליצירט אן ארטיקל וואס צייגט אן אימעיל פון א הויעך ראנגיגע באאמטער אין די קאמפעני וואו האנטער ביידען דער זון פון דעם דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט דזשאו ביידען איז געוועזן אין די בארד, וואס צייגט אז האנטער האט ערמעגליכט א מיטונג צווישן יענעם אוקריינישן און זיין טאטע דער דעמאלטס'דיגער וויצע פרעזידענט.

אן אריינגיין אין קאנפליקט אוו אינטרעס, וויבאלד ביידען איז דעמאלטס געוועזן דער מענטש געשטעלט אויף אוקריינישע אנגעלעגנהייטן, און נישט לאנג דערנאך האט מען געצווינגען אוקריינע צו אפלאזן אן אויספארשונג אויף דעם קאמפעני.

שטעלט זיך אבער ארויס אז ביידען האט גראב ליגענט געזאגט פאר דעם אמעריקאנעם פאלק נאך וואס ער האט עטליכע מאל געזאגט אז ער האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט זיין בן יקיר'ס אויסלענדישע געשעפטן.

דער האנטער ברויך זיין א היסטארישע בהמה ווייל די אימעילס זענען אנגעקומען צום פאוסט נאך וואס ער האט אין יארע 19 איבערגעלאזט דריי לעפטאפס צו פאררעכטן און עס קיינמאל נישט צירוק אפגענומען, און רודי דזשיליאני האט אויף עפעס אן אופן געלייגט ס'האנט דערויף, און די רעסט איז היסטאריע.

פארשטייט זיך אז די ארטיקל האט שטארק נישט געשמעקט פאר די דעמאקראטן, און עס איז געוועזן ערווארטעט אז די מעין סטרים מידיא זאל עס נישט באריכטן, אבער דא האט פאסירט עפעס וואס פארשעמט בכלל נישט מאמע רוסלאנד!

טוויטער האט אפציעל געבלאקט די לינק פון די ארטיקל אז עס זאל נישט קענען געשיקט ווערן אין קיין טוויטס און נישט פריוואט! ווי אויך האבן זיי בלאקירט קאנטעס וואס האבן עס געהאט געשיקט א שטייגער ווי פרעזידענט טראמפ'ס פרעס סעקרעטאר קעילי מקענעיני.

די אומפארטיי'ישע נייטראלע סאציאלע מידיא פלאטפארמע האט פארלעצט די סאמע יסודות און ווירדן פון די פאראייניגטע שטאטן!

אריין געשטאכן א מעסער אין פרייהייט פון ווארט!

ווארום וואס עס שמעקט נישט פאר'ן זימפ, וועט דא נישט טאלערירט ווערן!

א שאנד פאר אמעריקע וואו מיר האבן זיך דערקייקלט!

פארשטייט זיך אז דאס האט געברענגט א שרעקליכע שטורעם, און רעפאבליקאנע קאנגרעסלייט און סענעטארן האבן גערופן פאר אויספארשונג, די סענאט דזשודישיערי קאמיטי האט עס געלייגט אויף זייער וועב זייטל און ס'איז ישמחו...

טוויטער האט נאכדעם ארויס געלייגט א סטעיטמענט אז וויבאלד עס פארמאגט א זאך וואס איז אנגעקומען צו די פאבלישער פון די ארטיקל אומלעגאל האבן זיי עס נישט געלאזט, עס איז נאר מאדנע פארוואס גאנץ לעצטענס ווען די טיימס האט פאבליצירט טראמפ'ס טעקס ריטורנס וואס איז אוודאי אויך אנגעקומען צו זיי אום לעגאל האבן זיי מיסטריעז פארגעסן פון זייער פאליסי... און נאך גאר אסאך...

אזא אומדערהערטע זאך האט נישט מיט קיין פארטיי און מיט קיין מיינונגען! עס איז א פרעכע פארלעצונג פון די יסודות פון אמעריקע!

ערשטע אמענדמענט פון די אמעריקאנע קאנסטוטוציע:
Congress shall make no law respecting an establishment of religion, or prohibiting the free exercise thereof; or abridging the freedom of speech, or of the press; or the right of the people peaceably to assemble, and to petition the Government for a redress of grievances.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:03 pm
דורך טובה
זייער גוט ארויסגעברענט די נייעס אבער וואס איז דיין חידוש דא, יעדער מיט אפאר אויגן און שכל האט ווען געקענט זעהן אזא זאך קומען.

Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:59 pm
דורך פאליטיקאנט
איז @גבור חיל אן אייניקל פון @קאך לעפל ?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:50 am
דורך שמערל
בינעך א ביסעלע צומישט, אין רוסלאנד פלעגט סענאט אויך לייגן אויף זייער זייטל די צענזורירטע ווערסיעס פון די מידיע? און ווי קומט דא אריין די ערשטע אמענדמענט??

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:34 am
דורך מפיל קינד
פארוואס איז [tag]גבור חיל[/tag] נאכנישט קיין שריפטשטעלער?

Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:03 am
דורך חתן בחור
אויב איינער טראכט פאר א רגע אז ס׳קומען נישט פאָהר אונטער די סצענעס זאכן אשר כן לא יעשה במקומנו און נאך ערגערס, איז נאך קיינמאל נישט געוועהן נאנט צו א פאליטישאן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:29 pm
דורך גבור חיל
חתן בחור האט געשריבן:אויב איינער טראכט פאר א רגע אז ס׳קומען נישט פאָהר אונטער די סצענעס זאכן אשר כן לא יעשה במקומנו און נאך ערגערס, איז נאך קיינמאל נישט געוועהן נאנט צו א פאליטישאן.

די פראבלעם איז אז עס קומט מער נישט פאר אונטער די סצענעס...

אפציעל אפשטילן א געשיכטע וואס די ביידען קאמפיין האט ניטאמאל געלייקנט? קיין שום אזוי גערופענע פעקט טשעקער האט עס נישט באריכטעט אלס פאלטש, און בלויז ווייל עס קען שאטן פאר ביידען טוט מען עס פארשטימען?

היינט האבן זיי בלאקירט די וועבזייטל פון די רעפאבליקאנער סענאט דזשודישיערי קאמיטי ווייל זיי האבן געלייגט די ארטיקל, יעצט ליגט עס אויף רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען'ס זייטל און אויף די אפציעלע טראמפ קאמפיין זייטל וואס זיי קענען מיינעך נישט בלאקן אלס עלעקשן אינטערפערנס ...

ווי אויך האט שוין די סענאט דזשודישיערי קאמיטי געמאלדן אז זיי גייען סובפינען טוויטער מיט פעיסבאק קומענדיגע וואך...

אגב האלט איך אז זיי זענען ריזיגע בהמות!... ווען זיי טוען ווען גארנישט וואלט עס סך הכל געוועזן נאך א האנטער ביידען פרשה און קיינער וואלט נישט גערעדט דערפון, יעצט טוצעך א איבערקערעניש איבער דעם און די מעשה קומט אן צו סאך מער מענטשן ווי סוואלט ווען נארמאל אנגעקומען...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 8:58 am
דורך קאך_לעפל
די סאציאליסטן האבן אינאכט גענומען אז מ'האט זיי ווידער געכאפט מיט די הויזן אראפ. די ביידן סימוטאכע גייט נישט אראפ פון טיש, אפגעזען פון דעם וואס ליבעראלע מידיע פראבירן מיט אלע זייער כוחות נישט צו מאכן קיין גרויסע וועזן דערפון. די פאקט אז הער האנטער ביידן האט זיך געלאזט באצאלן בערג פון גאלד פון פיינטליכע לענדער ווי כינע, רוסלאנד, און אוקריינע, אין אויסטויש פאר צוטריט צו זיין אויסגעוועפטער פאטער יאשע ביידן, צו קענען שפייזן זיינע זונות און זיך איינצוהאנדלן חשיש איז אומאפרעגבאר. אין זייער נויט האבן זיי ארויסגעצויגן פון אונטערן פארשטויבטען אימפישמענט טעפיך, דעם זעלבסט-האסנדער יעווערעי אדם שיט פון קארלערפארניע.

דער אדם שיט האט זיך דערווארבן א רעפערטאציע פון א שארלאט און א ליגנער וואס האט כמעט נישט זיינס גלייכן אפילו אינעם וואשינגטאן זימפ. ער האט ליגנט געזאגט, ווען זיין קאלעגע דעווין נאנעס האט פארעפענטליך זיין פייסע-באריכט אין וועלכע ער האט דייטליך געשילדערט ווי אזוי די קאראפטירטע אבאמא עף.בי.איי האט ליגנט געזאגט פאר די געהיימע געריכט צו קענען שפיאנירן אויף פרעזידענט טראמפ. דאן איז ליגנער שיט ארויסגעקומען מיט א פארקערטער באריכט, אזוי צו זאגן, אז די עף. בי. איי. האט גארנישט געטאן נישט ריכטיג. און היינט איז שוין איבערגעוויזן געווארן שווארץ אויף ווייס אז די אבאמא עף. בי. איי. האט קלאר ליגנט געזאגט פאר די געהיימע געריכט, צוליב זייער אבסעסיע אונטערצוברענגען פרעזידענט טראמפ.
ער האט ליגנט געזאגט אז ער האט געהיימע שפיאנאש אינפארמאציע אז פרעזידענט טראמפ איז א געהיימער רוסישער אגענט, עס האט גענומען ביז קאמעראד מוללער זאל ארויסקומען און גענצליך אפווארפן די פאלטשע קלינטאן באצאלטע רוסישע פראפעגאנדע אונטערגעשלאגן מיט אדם שיט'ס פאנטאזיעס.
ער האט ליגנט געזאגט ביי די גאנצע פעלאוסי-אימפישמענט סימוטאכע, ער האט אפילו געוויינט מיט הייסע טרערן פארן סענאט אז זיי זאגן אפקויפן זיין שטירן אפפאל, זאגאר די הויכגעשעצטע סענעטראן האבן אים איידל געזאגט, אז ער זאל ביטע נעמען זיין זאק מיט אפפאל און עס ארויפשטיפן פאר זיין אויבערהארנטע שקאלפטע פאלוסי אין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און לאזן לעבן די מענטשהייט.
אצינד קומט דער שיט ארויס מיט נייע ווארע, אז די אלע באווייז פון די קאראפציע פון יאשע ביידן און זיין בענאק האנטער, איז בלויז רוסישע פראפעגאנדע...
אייגענטליך איז עס שטארק מעגליך, אבער דאס אז דער שארלאט אדם שיט פארקויפט דאס, מאכט דאס שוין פאר די גרעסטע ליגנט....

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:00 am
דורך [NAMELESS]
שוין כמעט צוויי וואכן פון די האנטער סקאנדאל און איינער קען מיר קלאר מאכן וואס דא גייט פאר? וואס איז די פּרוף אז ס'איז אמת און אז ס'האט עפעס מיט זשאו ביידן?

Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:11 am
דורך פאליטיקאנט
די פרוף איז אז קיינער לייקענט נישט!

אדער פארשווייגט מען עס, אדער שרייט מען אז עס איז גע'גנב'ט געווארן אומלעגאל.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 am
דורך גבור חיל
פאליטיקאנט האט געשריבן:די פרוף איז אז קיינער לייקענט נישט!

אדער פארשווייגט מען עס, אדער שרייט מען אז עס איז גע'גנב'ט געווארן אומלעגאל.

און ווי אויך איז דער צו וועם די אימעיל איז געוועזן געווענדעט צו, א מאן מיטן נאמען טאוני באבולינסקי, ארויס געקומען אין די עפנטליכקייט זאגן אז עס איז אמת, און ער האט פרייטאג איבער געגעבן פאר די FBI זיינע דעווייסעס.

ווי אויך האט די FBI געזאגט אז זיי האבן שוין די לעפטאפ פאר ניין חדשים...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 2:52 pm
דורך מנחם ציון
טאקער קארלסאן גייט אים האבן היינט אויף זיין שאו

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 7:50 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
טראמפ איז פערמענאנט געווארן אראפגעווארפן פון טוויטער.

לאנג לעבן זאל מוטער רוסלאנד!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 7:53 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
נאך א נקודה:

נאך דעם נידריגע איבערפאל אויף קעפיטעל הילל, זענען מערערע מענטשן געווארן אביסל פארעקעלט פון וויאזוי טראמפ האט דערקייקלט דער רעפאבליקאנער פארטיי.

די מערכה וואס טוויטער פירט מיט איהם האט צוריק אויפגעוועקט סימפאטיע צו איהם.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 8:44 pm
דורך תרמב
איך האב אמאל געטראכט אז אויב עס וואלט געווען סאושל מידיא בשעת די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט געווען קיין האלעקאוסט, ביי נאו בין איך שוין גארנישט זיכער.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 8:56 pm
דורך מנחם ציון
תרמב האט געשריבן:איך האב אמאל געטראכט אז אויב עס וואלט געווען סאושל מידיא בשעת די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט געווען קיין האלעקאוסט, ביי נאו בין איך שוין גארנישט זיכער.

ס'גייט ביידע וועגן. אדער וואלט מען געקענט ווארענען דעם עולם באצייטענס אז עפעס קומט, אדער וואלט די פלאטפארמע פארשטילט די אלע וואס זאגן אז ס'קומט פאר א האלאקאוסט.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 9:15 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
איז בכלל שייך אז א צווייטע סאושעל מידיא קאמפעני זאל קאמפיטען מיט טוויטער?
א פלאטפארמע וואס זאל נישט זיין איינזייטיג געשטימט

Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2021 10:40 pm
דורך גראף
א צווייטע פלאטפארם וואס די רעכטע וועלן נוצן וועלן אוטעמאטיש די לינקע נישט נוצן.


Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 1:18 am
דורך תרמב
און מ’וועט עס אראפ ווארפן פון די עפפ סטארס

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 1:27 am
דורך קורקלענד
תרמב האט געשריבן:און מ’וועט עס אראפ ווארפן פון די עפפ סטארס

שוין אראפ געווארפן. ס'וועט זיי גארנישט העלפן. וכאשר יענו אותו כן.....

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 4:31 am
דורך תרמב
וואס הייסט ס’וועט גארנישט העלפן? זעהסט דאך אז די מידיא און טעק קאמפאני’ס טוען וואס זיי ווילן און מ’הערט נישט קיין פיפס פון קיינעם.

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 8:31 am
דורך קורקלענד
אזוי? מ'הערט נישט פון קיינעם? יעדער איז שטיל?

חוץ פון די מידיא און די טעק חברה שרייט יעדער הויעך פון אלע דעכער.

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 9:44 am
דורך תרמב
יעדער איז פארשטומט, ס’איז נישט דא וואו אויסצוגעבן די ווייטאג.