בלאט 1 פון 1

די חינוך קרבנות פון קאראנא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:03 am
דורך לכבוד שבת קודש
עס דרייען זיך ארום שמועות, אז קראנא האט געברענגט א גרויסע חורבן ברוחניות און אסאך גוטע בחורים און גוטע מיידלעך זענען זייער שוואך געווארן ברוחניות, אפילו ווען אין אנדערע צייטן וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזעלכע מצבים, און נאר א דאנק די קראנא מצבים האט עס געברענגט פאטאליטעטן אין רוחניות.

איך פערזענליך ווייס נישט פונדערנאנט קיין ערנסטע חורבנות, איך האב נישט מיטגעהאלטן. אבער אנדערע זאגן יא, אז גוטע בחורים פון גוטע שטיבער, זענען ממש געפאלן און געטון זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטון, עס איז געווען א בכיה לדורות. איך האב דאס נישט מיטגעהאלטן.

וואס יא? - געוויסע מושגים, וואס ביי חסידי'שע בחורים איז דאס אונטער געווענליכע אומשטענדן א פארשטענדליכע זאך און מען נעמט עס ערנסט, איז געווארן שטארק נאכגעלאזט. נעם א דוגמא פון גיין אין מקוה יעדן טאג. אין געוויסע קרייזן איז דאס דער נארמע אז א בחור גייט טעגליך אין מקוה, ס'איז נישטא אזא זאך ווי אויסלאזן א מקוה. ביי קראנא איז דאס געווארן ביי אסאך גוטע בחורים, ווי א זאך וואס "אדער יא אדער נישט - ס'איז נישט געפערליך אז מען לאזט אויס, אדער העכסטנס אז מען גייט נאכן דאווענען". (איך גיי נישט אריין אין דער דעבאטע צי מען דארף אזוי מחנך זיין וכו', למעשה האט דאס געשטערט אין די נורמעס פון חינוך פון די ישיבות וואו מען איז יא אזוי מחנך, ודו"ק). דאס זעלבע זאך איז מיט דאווענען מיט מנין, וואס בשעת ביי פיל בחורים, יונגעלייט און עלטערע, איז דאס שוין געווארן א לכתחילה אזוי, אז מען קען אויך דאווענען ביחידות. די וועלט קערט זיך נישט איבער...

וואס איך וויל דא מיט דעם אשכול, איז, צו הערן פון אנדערע אידן, וואו זיי האבן געזען ביי זייערע געשוויסטער, קרובים, שכנים, תלמידים, מלמדים, פריינט, אדמורי"ם, סתם אידן, אז עס איז געווארן נאכגעלאזט, צי אויף א געפערליכן פארנעם, אזוי ווי מחנכים שרייען, אז ס'האט ממש גורם געווען א בכיה לדורות, צי אויף א מילדן פארנעם, אז זאכן זענען קאלט געווארן.


וואס האבן ענק מיטגעהאלטן?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:48 am
דורך חסידישער_ספקן
פאר די וואס פארשטייען העברעיש, זעה דא אין ישראל'דיגע טעלעוויזיע וועגן אלע וואס זענען ארויסגעפאלן פון ישיבות וועגן קאראנע.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:23 am
דורך רביה''ק זי''ע
יא איך ווייס פון איינע וואס איז אפגעפארן אלס רעזולטאט פון די קאראונע מגיפה, באמת האט זי שוין פונלאנג געוואלט אפפארן נאר זי האט נישט געהאט וואו צו גיין, יעצט ביי די מגיפה ווען די רעגירונג האט אויסגעטיילט די סטימיולוס און unemployment געלטער האט זי געהאט גענוג געלט זיך מסדר צו זיין אינדרויסן פון געטאו און זי האט טאקע אפגעצויגן...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:32 am
דורך גרעפיקסער
האט דאך נישט דער קאראנע איר אראפגעפירט פון וועג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:48 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
וועל איך צולייגען וואס איך האב מיטגעהאלטען במשך די לעצטע צייט:
1) בחורים האבן געהאט צוטריט צו סעלפאונס און זיי זענען אנגעקומען זייער זייער ווייט וד"ל. און איך האב געזעהן וואס זיי האבן

2) די ארגעניזאציעס וואס טוהען מיט ארויסגעפאלענע בחורים זענען פארנומען מיט הונדרעטער קעיסעס איבערן קאפ

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:52 am
דורך רביה''ק זי''ע
גרעפיקסער האט געשריבן:האט דאך נישט דער קאראנע איר אראפגעפירט פון וועג

ליין דעם אשכול פון מיין הערה און ווייטער וועסטו פארשטיין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:14 pm
דורך אבשלום בן מעכה
א שאלה?

ס'איז געווען בחורים האטליינס, קאנפערנס קאלס. ס'יאיז נאך ביז היינט געבליבן קאנפערנס ליינס וואו בחורים און מיידלעך טרעפן זיך צוזאמען, און איך ווייס אז דאס שטעלט זיך נישט אפ ביי שמועסן, נאר ס'גייט אסאך אסאך ווייטער, וד"ל.

מען האט זיך געדרייט אין די גאסן, געטראפן חברים, מען איז געגאנגען ליידיג ובטלה מביא... ס'איז נישט פשוט.

דער פון אויבן זאל זיך מרחם זיין, מען זאל קענען פאררעכטן די היזקים וואס איז אנגעמאכט געווארן.

Re: די חינוך קרבנות פון קאראנא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:20 pm
דורך אונטער חכם
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:א שאלה?

ס'איז געווען בחורים האטליינס, קאנפערנס קאלס. ס'יאיז נאך ביז היינט געבליבן קאנפערנס ליינס וואו בחורים און מיידלעך טרעפן זיך צוזאמען, און איך ווייס אז דאס שטעלט זיך נישט אפ ביי שמועסן, נאר ס'גייט אסאך אסאך ווייטער, וד"ל.

מען האט זיך געדרייט אין די גאסן, געטראפן חברים, מען איז געגאנגען ליידיג ובטלה מביא... ס'איז נישט פשוט.

דער פון אויבן זאל זיך מרחם זיין, מען זאל קענען פאררעכטן די היזקים וואס איז אנגעמאכט געווארן.
א געווענליכע יאהר גייט מען ליידיג פאר בערך פיר וואכן חודש ניסן, היי יאר איז עס געווען בערך זעקס זיבן וואכן ס''ה, שווער צו גלייבן אז די דריי איבריגע וואכן האבן געמאכט אזא חילוק.

Re: די חינוך קרבנות פון קאראנא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:06 pm
דורך פאליטיקאנט
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:א שאלה?

ס'איז געווען בחורים האטליינס, קאנפערנס קאלס. ס'יאיז נאך ביז היינט געבליבן קאנפערנס ליינס וואו בחורים און מיידלעך טרעפן זיך צוזאמען, און איך ווייס אז דאס שטעלט זיך נישט אפ ביי שמועסן, נאר ס'גייט אסאך אסאך ווייטער


ס'הערט זיך זייער מאדנע, האטליין'ס? קאנפרענץ קאלס? יעדע וואס קען אנקומען אסאך ווייטער, דארף נישט די אלע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, סיי זענען גוט מיט פשוט'ע אינסטעגרעם און פעיסבוק.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 12:38 pm
דורך גרעפיקסער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:האט דאך נישט דער קאראנע איר אראפגעפירט פון וועג

ליין דעם אשכול פון מיין הערה און ווייטער וועסטו פארשטיין.

איך הער וואס דו זאגסט.
לעניננו רוף איך עס נאכאלץ נישט א ׳קרבן׳ פון ׳קאראנע׳ נאר קען גאר זיין א מעלה און אויפטו פון קאראנע

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 12:57 pm
דורך real fake news
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא איך ווייס פון איינע וואס איז אפגעפארן אלס רעזולטאט פון די קאראונע מגיפה, באמת האט זי שוין פונלאנג געוואלט אפפארן נאר זי האט נישט געהאט וואו צו גיין, יעצט ביי די מגיפה ווען די רעגירונג האט אויסגעטיילט די סטימיולוס און unemployment געלטער האט זי געהאט גענוג געלט זיך מסדר צו זיין אינדרויסן פון געטאו און זי האט טאקע אפגעצויגן...

מזעט די ווייטע בליק פון די צדיקים וואס האבן נישט געלאזט נעמען געלט פון די רעגירונג.

Re: די חינוך קרבנות פון קאראנא

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 1:02 pm
דורך פאליטיקאנט
ממש נתפעל צו ווערן?
וואס פונקטליך איז אזוי מורא'דיג מיט דעם בליק?

אז פאר זיבעציג יאר האט מען געניסט פון אומגעהויערע שווערע געלטער, און יעצט גייט מען 'אפשר" פארלירן די געלט (וואס לויט זייער מהלך וואלט מען קיינמאל נישט געהאט), פאר א קורצע שטיק צייט?

דאס אלעס איז חוץ וואס אונז זענען זיך אליין שולדיג.....

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 2:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גרעפיקסער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:האט דאך נישט דער קאראנע איר אראפגעפירט פון וועג

ליין דעם אשכול פון מיין הערה און ווייטער וועסטו פארשטיין.

איך הער וואס דו זאגסט.
לעניננו רוף איך עס נאכאלץ נישט א ׳קרבן׳ פון ׳קאראנע׳ נאר קען גאר זיין א מעלה און אויפטו פון קאראנע

די נושא איז דא צו ס'דא געוויסע וואס זענען שוואך געווארן ברוחניות, איך מיין אז דאס איז א גוטע ביישפיל. דו האלטסט אז שוואך ווערן ברוחניות איז א גוטע זאך פאר געוויסע מענטשן, קען זיין אז דו ביזט גערעכט אבער דאס איז שוין א זייטיגע נקודה. אפשר וואלט מען אנדערש געדארפט מנסח זיין די פראגע.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 17, 2020 11:57 pm
דורך הרב שיף
נאך א עספעקט: קינדער וואס זענען אנגעוויזע אויף חינוך מיוחד בכדי מיטצוהאלטען מיט די קלאס זענען זייער אינטערגעפאלען און צוריק געפאלען.

קינדער וואס האלטען נישט מיט אויף א נארמאלע לעוועל, קענען האבען פון דעם סאציאלע הגבלות, וואס קען זייער שאטען אויפן גאנצען לעבען.

Re: די חינוך קרבנות פון קאראנא

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:30 am
דורך moneyminded
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא איך ווייס פון איינע וואס איז אפגעפארן אלס רעזולטאט פון די קאראונע מגיפה, באמת האט זי שוין פונלאנג געוואלט אפפארן נאר זי האט נישט געהאט וואו צו גיין, יעצט ביי די מגיפה ווען די רעגירונג האט אויסגעטיילט די סטימיולוס און unemployment געלטער האט זי געהאט גענוג געלט זיך מסדר צו זיין אינדרויסן פון געטאו און זי האט טאקע אפגעצויגן...
פונקט געהערט עפעס א וויליאמסוברג'ע יאזאפאוויטש מיידעל איז געגאנגען אראפ, געגאנגען מיט צוויי צעפ מיט שווארצע טייטס און געווען א טישטער גאר אין סאטמאר

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:23 am
דורך שמעון וואלף
moneyminded האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא איך ווייס פון איינע וואס איז אפגעפארן אלס רעזולטאט פון די קאראונע מגיפה, באמת האט זי שוין פונלאנג געוואלט אפפארן נאר זי האט נישט געהאט וואו צו גיין, יעצט ביי די מגיפה ווען די רעגירונג האט אויסגעטיילט די סטימיולוס און unemployment געלטער האט זי געהאט גענוג געלט זיך מסדר צו זיין אינדרויסן פון געטאו און זי האט טאקע אפגעצויגן...
פונקט געהערט עפעס א וויליאמסוברג'ע יאזאפאוויטש מיידעל איז געגאנגען אראפ, געגאנגען מיט צוויי צעפ מיט שווארצע טייטס און געווען א טישטער גאר אין סאטמאר

אזוינס האט פאסירט פאר קאראנער אויך

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 6:47 am
דורך הרב שיף
לענ"ד הקלושה די עיקר חינוך חסרון פון קרונה (ביי אנדערע איז א מעלה) איז דאס וואס דער עולם האט באקומען א גרינגשעצונג אויף די רבנים און אפי' די רבנים זענען אליינס שולדיג אבער האט דאס חרבנות. ווי די משל פון חפץ חיים פונעם רויבער וואס האט ציבראכען די פלעשלעך מעדעצינען. און דאס איז א שטארקע תוצאה פון די מצב, און חינוך וועט שטארק ליידען פון דעם.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:38 am
דורך צפור בודד
Brizel.JPG