הקנאי, מנחם קרן-קרץ
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 4:58 pm
לעצטענס האב איך מיר איינגעהאנדעלט דעם ביכל, א היסטאריע פון סאטמארער רבי'ן דער בעל ויואל משה. דער שרייבער שטאמט לאו דוקא פון א חסידישע משפחה אבער יא פון חרד'ישע אשכנזישע משפחות פון די מאראמאראש געגענט'ר וואו זיי האבן למעשה יונק געווען פון חסידישע הויפן ווי סיגוט, קרעטשניף, ספינקא ועוד,
און זיין מאמע שטאמט פון וויזניצער חסידים. און טאקע לכבוד זיין אפשטאם האט ער טאקע שוין געשריבן פארשידענע אפשאצונגען און ביכלעך וואס נעמט ארום היסטאריע פון מאראמאראש/סיגוט אזוי ווי ער שרייבט שוין אין די הקדמה.
די ביכל, איז געשריבן געווארן אין א לייכטן עברית, און די מקורות וואס ווערן צוגעברענגט זענען סיי פון די גאר פרומסטע און פארהייליגסטע ביי די סאטמערער ווי למשל מושיען של ישראל ביז די גאר פרייסטע ווי צום ביישפיל דער מארגן דזשארנאל וכדו'.
איינע פון די מעלות פון דעם ביכל איז אז ער הויבט פון גרינדער פונעם סיגעטער דינאסטיע דער ישמח משה, און לופטערט דורך אין א שנעלקייט די אלע מחלוקה'לעך און מחלוקת'ר (לש"ש שטייטסעך) ביז ס'קומט אן צום סאטמארער רבי'ן דער בעל ויואל משה, און דאס טוט ער בכוונה כדי מסביר צו זיין דורכאויס דעם באשרייבונג פון וואו דער סאטמארער רבי האט גע'ירש'נט זיינע תכסיסה מלחמה אין זיינע מלחמת מצוות.
נאך א גרויסע מעלה וואס דער בוך האט איבער אנדערע היסטאריקער וואס האבן אויך באשריבן סאטמארער רבי ווי למשל מושיען של ישראל אדער פון אנדערע פרייע היסטאריקער, וואס ביידע פון די מחנות האבן ארויסגעברענגט און עס דעליווערט אויף אזא אויפן יעדער אויף זיין זייט, צו די גרויסקייט און הייליגקייט און ריין פאזיטיווקייט, אדער פון די אנדערע זייט די ריינע נעגאטיוועטי אן קיין שום פארשטאנד. ברענגט דער מחבר אלע מקורות פון ווי אימער פון סיי וועלכע בוך אדער צייטונג, קונטרס, זשארנאל וכו' פאזיטיוו, נעגאטיוו און שטעלט צוזאם א פולע בילד.
דער מאטיוו פונעם בעל מחבר איז טאקע יא ארויסצוברענגען דעם סאטמערער רבי'ס גדלות אזוי ווי ער אליין שרײבט עס, און אזוי ווי זיין משפחה זענען דאך געווען סיגוטע אנהענגערס און זיין טאטע אליין'ס איז א תלמיד פונעם סאטמארער רבי'ן, ער האט געלערנט אין די שטאט סאטמאר פאר פינף יאר ביז די מלחמה אויסברוך. נאר ער האלט אז כדי אויף ארויסצוברענגען איינעמס גדלות מוז מען אויך וויסן פון אלע עליות און ירידות און נאר אזוי קען ארויסקומען א קלארן בילד.
דעם בוך קען מען באקומען ביי זלמן שזר וועבזייטל
https://shazar.org.il/
קויפט, ליינט און האט הנאה!