בלאט 1 פון 1

מיסאינפארמאציע בנוגע טעסטינג

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:01 pm
דורך קורקלענד
ס'טוהט זיך און ס'לעבט זיך. די עסטאבלישמענט האלט און איין מאכן טעסט דרייווס אנגעבליך אראפצוברענגען די ציפערן, און פון די אנדערע זייט הערט מען דא און דארט דער און יענער מערער זיין דערויף. מאנכע שרייען ס'איז גאר א טרעפּ. ס'דא אזעלכע וואס צייגן אן אז ס'איז דא גאר מאכטפולע היימישע גבירים אין די מעדיקל און לעבּ ביזנעס וואס שארן גאלד דא וכו'. אנדערע שרייען חי' וקים אז די רעגירונג האט קיינמאל נישט פאבליצירט וויאזוי זיי רעכענען די ציפערן און דאס אז די ראטעס ווערן גערעכנט פאזיטיוו קעגן נעגאטיוו איז סתם שקר און מיסאינפארמאציע ווייל מ'רעכנט סך הכל פאזיטיוו קעגן די פאפולאציע, און די נעגאטיווע טעסטס און אינפארמאציע גיין גלייך אריין אין מיסט קעסטל. אנדערע האבן גרעסערע קאנספיראציעס א שטייגער ווי דער וואויסנאט פון איינער סמיט וואס פארט ארום.

וואס איז די אמת?

Re: מיסאינפארמאציע בנוגע טעסטינג

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:05 pm
דורך פאליטיקאנט
דאס אז ס'דא היימישע חברה וואס שארן גאלד, קען איך באשטעטיגן אויף הונדערט פראצענט! גאלד איז אפשר אונטערגעשאצט, איך וואלט געזאגט זיי שארן פאלאדיום.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 7:58 pm
דורך גבור חיל
בארא פארק'ע רבנים מיט א רוף...
IMG_20201018_195613_631.jpg

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 8:27 pm
דורך קורקלענד
איך בין גראדע זייער נייגעריג וויזוי די רבנים האבן דורך געטוהן אלע צדדים? האבן זיי בכלל שטיקל געווען די אנדערע צד? ווער האט עס זיי פארגעלייגט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 8:29 pm
דורך real fake news
די דאטא וואס קאומאו שטעלט ארויס יעדן טאג איז די פאזיטוויטי רעיט פון וויפיל טעסטס סאיז געמאכט געווארן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 8:34 pm
דורך אישתישבי
סמיט וואס זאגט א גאנצע קאנספיראציע בנוגע די טעסטונג רעדט בנוגע נוי דזשערסי, און עס איז סתם אזוי דאמירן בעלמא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 8:51 pm
דורך מפיל קינד
real fake news האט געשריבן:די דאטא וואס קאומאו שטעלט ארויס יעדן טאג איז די פאזיטוויטי רעיט פון וויפיל טעסטס סאיז געמאכט געווארן.

די שאלה איז אויב ער רעכנט קעגן די פאפולאציע, אדער קעגן די נעגאטיוויטי ראטע.

נאך א נקודה, אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז אין פראצענט איז די פאזיטיוויטי ראטע טאקע אראפ קעגן די נעגאטיוויטי טעסטס, אבער די נאמבער פון אנגעשטעקטע האלט ביי 750 אנשטאט 250, מיינסט אז קאומא גייט יעצט לאזן אלעס עפענען? ער וועט שרייען קוק אויף די נאמבער, ס'האלט כמעט ביי טויזנט...

מ'דארף אן ערנסטע אינוועסטיגאציע. בידערווייל איז שב ואל תעשה זיכער עדיף.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:54 pm
דורך real fake news
מפיל קינד האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:די דאטא וואס קאומאו שטעלט ארויס יעדן טאג איז די פאזיטוויטי רעיט פון וויפיל טעסטס סאיז געמאכט געווארן.

די שאלה איז אויב ער רעכנט קעגן די פאפולאציע, אדער קעגן די נעגאטיוויטי ראטע.

ער רעדט די גאנצע צייט פון די פאזיטיוויטי ׳רעיט׳, דאס מיינט וויפיל פערצענט פון די טעסטס זענען פאזיטיוו, ריגארדלעס פון די פאפולאציע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 10:57 pm
דורך אישתישבי
אמת, אזוי שטייט איבעראל, ער רעכענט פין די וואס האבן געטעסטעט וויפיל זענען פאזיטיוו.

וכאן הבן שואל, וואס דער גיהנם איז פשט פון דער חשבון?