בלאט 1 פון 2
איך הייס בערל ****
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:14 am
דורך בעבעלעך
איך הייס בערל ****
כאב פארלוירן טעם וריח
איך לאז מאכן א בדיקה
בתנאי סבלייבט בשתיקה
כאב געהייסן רופן מיילעך
"קום גיך אהער און הייל מיך
ברענג אהיים מיר א שפיטאל
אלה אלהיך ישראל"
"האט נישט קיין פאראיבל"
שרייט ר' פנחס דער מקובל
"נפלה שלהבת בארזים
גאר טיפע רזא דרזין"
סאיז מקובל פון דער טאטע
א חסיד איז א שמאטע
ער איז אנטלאפן דורך לענדער
און איך הייס נישט אבערלענדער
מסירת נפש פאר די שווענץ
פאר צדיקים מצווה טענץ
מאסקעס נאר אויף פורים
מ'קומט אפ חטאות נעורים
הלמתים תעשה פלא?
שטארבן איז נישט קיין פעלער
אן אלמנה איז נישט קיין שאנדע
סמעג יתומים זיין א באנדע
איך וואוין אין קרית ****
מיט נאך א הויז אין טעלז
כאב פון קיינעם נישט קיין מורא
אין מיין קעשענע ליגט די תורה
כאטש מרופט מיך אויך ****
איך בין בערל דער רוצח
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:23 am
דורך קאווע קריטיק
גאונות!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:38 am
דורך הרב שיף
א שאד.
חילך לאורייתא.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 9:49 am
דורך ישעיה
הערליך!
כ'בין נייגעריג אויב אין אנדערע צייטן זארגט איר זיך אויך אזוי פאר'ן וואוילזיין פון אט די נעבעכדיגע חסידים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:02 pm
דורך אישתישבי
ווער זארגט זיך פאר זיינע חסידים? זיי קענען זיך אליין פארזארגן.
מיר זארגען זיך פאר אים, און מאכן זיכער ער באקומט די ריכטיגע הילף.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:39 pm
דורך חיים יואל
קאווע קריטיק האט געשריבן:גאונות!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:46 pm
דורך מפיל קינד
קריעטיוו!!
א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:49 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!
א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
ייש"כ פאר אנעמען זיך פאר א מנהיג ישראל
איר זענט אוודאי נזהר אין כבוד פון *אלע* מנהיגי ישראל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!
א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
ייש"כ פאר אנעמען זיך פאר א מנהיג ישראל
איר זענט אוודאי נזהר אין כבוד פון *אלע* מנהיגי ישראל
מום שבך אל תאמר לחברך.
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:32 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!
א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
ייש"כ פאר אנעמען זיך פאר א מנהיג ישראל
איר זענט אוודאי נזהר אין כבוד פון *אלע* מנהיגי ישראל
מום שבך אל תאמר לחברך.
איך פארשטיי נישט, וועם האב איך געזאגט א מום?
און ווען האב איך מבזה געווען א גדול בישראל?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:41 pm
דורך הרב שיף
מפיל קינד האט געשריבן:קריעטיוו!!
א לייק פאסט מיך נישט צו געבן פאר דברי זלזול אויף א מנהיג ישראל
פאר אזא קריעטיוו שטיקל, קען מען זעך סומך זיין לכתחילה אויף שיטות הפוסקים, מהתאחדות עדת הרבנים החרדית, וואס האבן גע'פסק'נט אז ער איז נישט קיין מנהיג, וכו' וכו' יעו"ש.
חסידים הראשונים פלעגן דאך זאגען, מען טאר אויף א רבי נישט רעדען, קודם זאגט מען אז ער איז נישט ראוי צו זיין א רבי, און דערנאך מעג מען שוין רעדען אויף אים. ווי [להבדיל בין ... לקודש] שיטת התוס' אז שמואל און ר' יוחנן האבען געהאלטן אז רב איז נישט קיין תנא ממילא מעג מען זיך קריגען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 3:48 pm
דורך Chasidishmashpia
זייער גוטע גראמען
אבער מען קען דאס זאגן אויף רוב רבי'ס צוזאמען
אלע וואס מאכן זיכער
אז די עולם זאל אין בית מדרש זיין שכיחי
טראכטן נישט פונעם קהלה
נאר פון זיך פון די פדיונות פולע
האבן מורא די אידישקייט וועט זיך נישט האלטן
פארדעם געמאכט אין כלל ישראל אזויפיל שפאלטן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 4:17 pm
דורך קאצקע ציקער
סאיז אינטערסאנט צו ציצייכענען אז אדמור מקולויזענבערג פאר ווער סווייסט איז נאך אלץ אין קוואראנטין זינט פסח
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 4:27 pm
דורך תורה ומדע
דער שרייבער איז א שוטה רשע וגס רוח!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 5:44 pm
דורך מנחם ציון
ויש אומרים שוטה, רוח, ורשע גס
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:01 pm
דורך הוגה
תורה ומדע האט געשריבן:שוטה רשע וגס רוח!
נישט שיין צו רעדן אזוי אויף א מנהיג.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:16 pm
דורך סמבטיון
איך בין מוחה אויף די עקעלהאפטיגע שורות .
בעבעלעך, דו שפילסט זיך מיט פייער, טראכט 2 מאל פאר די לאזט דיינע שאנד ווערטער נעכטיגן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:19 pm
דורך מנחם ציון
בעבעלעך דו שפילסט מיט פייער!
די נשמות פון אט די געפאלענע אידן וועלן דיר נישט צורו לאזן אויב דו וועסט באזייטיגן דיינע שורות
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:39 pm
דורך הוגה
דאכציך אז לפי תקנת המקום דארף דער פותח האשכול צולייגן פאסיגע טיטלן ווי "רבי" וכדומה. מנהלים, ביטע פאררעכטן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:43 pm
דורך חתן בחור
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:47 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
הוגה האט געשריבן:דאכציך אז לפי תקנת המקום דארף דער פותח האשכול צולייגן פאסיגע טיטלן ווי "רבי" וכדומה. מנהלים, ביטע פאררעכטן.
און ווען ס'שטייט ווען רבי פארדעם וואלט עס געווען מתוקן??
כ'געדענק איינעם אמאל א יונגע מענטש האט געשריגן אויף איינעם וואסי געווען דריי מאל אזוי אלט ווי יענעם "איר זענט א משוגענער, איר זענט א צודרייטער" זעהט אויס אז מ'איז מבזה איינעם מיט גרויס דרך ארץ דאן איז נישט קיין פראבלעם
Re: איך הייס בערל רוֹקֵחַ
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 6:59 pm
דורך אונטער חכם
הוגה האט געשריבן:דאכציך אז לפי תקנת המקום דארף דער פותח האשכול צולייגן פאסיגע טיטלן ווי "רבי" וכדומה. מנהלים, ביטע פאררעכטן.
ס'איז אין א שמייכל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 8:59 am
דורך בעבעלעך